עת הזמיר הגיע; וואס ווייטער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

עת הזמיר הגיע; וואס ווייטער?

שליחה דורך דריידל »

איך פיעל אזוי עמאשענאל זיך גרייטענדיג אט אט צום עהעם.... (דא ווערט די שטימע געשטיקט פון טרערן) טויזענסטעעעעע תגובה. נישט אזוי לאנג צוריק בין איך געווען אינגאנצן פרעמד פון שרייבן אויף א פורום, און בכלל פון טייפן אין אידיש.

איך בין מסופק אויב כ'זאל ווייטער ממשיך זיין מיט דעם ניק אדער אנפאנגן פון אל"ף מיט א נייעם נאמען. די סיבה פארוואס איך טראכט וועגן א נייע ניק איז ערשטענס, אז מיינע ערשטע פאר תגובות זענען מסתמה נישט אויף די ניווא ווי איך וואלט היינט געשריבן און צווייטענס, וויל כ'האב מורא צוציקומען צו גאוה יעדער מאל כ'על זעהן מיין מספר תגובות.

אין פאל איך דעסייד אפצולאזן דעם ניק, וויל איך מיך אצינד באדאנקן פאר מיינע אלע ידידים. בראש וראשון פאר הרוצה בעילום שמו (איך מיין אלע חברים פערזענטליך) וואס האט מיך כסדר מחזק געווען מיט א גוט ווארט און א שמייכל.

אן עקסטרע ישר כח פאר די גבאים וואס האבן צוגעשטעלט די שטיבל אלץ פלאטפורמע פאר יונגעלייט זיך צו לערנען שרייבן. ס'פלעגט מיר אנקומען ביטער שווער צו שרייבן א פשוטע "מצוה צעטיל" פאר מיין יונגעל צו טראגן אין חדר. ווער רעדט נאך ווען מ'האט געדארפט שרייבן א נוסח פאר א מתנה וכדומה, וואס דעמאלטס האב איך מיך געבראכן קאפ און צום סוף געדארפט אנקומען צו טובות פון אנדערע. זאכן האבן זיך היבש פארבעסערט זייט איך האב מיך דא איינגעשריבן.

ישר כח אחראים!
ישר כח גבאים!

מיט דעם בין איך מסיים מיינע ווערטער און איך האף דער עולם וועט מיך ארויסהעלפן מאכן מיין ענטגילטיגן באשלוס.
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר