א מעשה מיט א מוסר השכל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל

א מעשה מיט א מוסר השכל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דורכבלעטערנ'דיג מיינע ארכיוון האב איך מיך אנגעשטויסן און די פאלגענדע ארטיקל (אריגינעל גענומען פון דא) וואס איך האלט איז העכסט באלערנד. איך בין עס מעתיק ככתבו וכלשונו:


משה בער.. רופן רופט מען אים בערל - איז אונזער בערל א יונגערמאן, נישט קיין מיאוס'ער, נישט קיין שיינער, שיינע לאנגע געקרייזלטע פיאות, "פיאות אויף די אויער נאר ביים ארבייט", א נאז ממש ווי געמאסטן אויף זיין איידל פנים, און א שיין קליין שווארץ בערדעלע.. און דאס "קליין בערדעלע", פלעגט מען זאגן, לויפט אין די משפחה. אז זיין זיידע ביי די שמונים האט געהאט א "קליין ווייס בערדל", און נישט חלילה אז מ'טשעפעט דאס בארד.. און א קאפ אויף די פלייצע, אן אבן-טוב, א מציאה, בלעטער גמרא אויף אויסווענדיק, א בעל-ש"ס, און א כתבא-רבא. אין שוהל אייביג מיט א חומש, א רמב"ם, א גמרא צו א רש"י, הקיצור, "א פיינער יונגערמאן"! אן אייניקל פון אן אייניקל פון דוד המלך, וואס זאל איך אייך זאגן? נא, נא! אזא וואס יעדער ווינטשט זיך צו האבן פאר אן איידעם!! פיין צו די ווייב, האט צוויי מאל א טאג א שיעור מיטן רב אליין, און א בן אחר בן, הכלל, צו גאט און צו לייט!!

אבער ויהי היום פארענדיג אהיים פון די ארבעט, איז בערל אדורך געפארן איינע פון די טונקעלע גאסן ווי מענטשן זוכן, און טרעפן, און טוען אומווערדיגע זאכן, און אזוי פארנדיג, איז דער שטן געקומען און אריין גערוימט א סוד פאר בערל'ען, אבער בערל האט זיך אזוי שנעל נישט געבראכן, אפילו אונזער טיכטיגע שטן האט מיט בערל קיין גרינגע ארבייט נישט געהאט.. יא!! ניין!! פארוואס!! עס איז דאך הארב!! ניין איך טו דאס נישט!!... אבער אזוי ווי "א מענשט איז נאר א מענטש", און ווער קען גובר זיין אויף דער אלטער כיטרע שטן!! וואס האט אפילו "דוד המלך" געכאפט אין א צייט פון נויט....איז אונזער בערל ליידער אדורכגעפאלן.. און בערל האט געוויסט פונעם גמרא: ילך למקום שאין מכירין - גיי און זינדיג - און קיינער דארף דערפון נישט וויסן....

אבער נישט יעדער האט מזל. און אזוי אונזער בערל, וואס איז אין די הינזיכטן נישט געווען אזי באקאנט ווי רוב היינטיגע אידן, איז מה עשה הקב"ה, די פאליציי האט אים געכאפט, און הקול יצא, די גאנצע שטאט האט זיך איבערגעדרייט... קינד-און-קייט. געהערט?!! ניין?! בערל! נא! וואס!! וואס! רעד!! דערצייל!! נא!! וואס א חילוק... מ'האט אים געכאפט אין שמוציגע פלעצער!! טאקע..?? הא!! בערל!! איך האב נישט ליב צו רעדן... זאגט איינער-צום-צווייטן.. אבער עס איז נישט דאס ערשטע מאל!! און א שעה נאך די מעשה, איז שוין דא מענטשן וואס שווערן און ווייסן פאר א פאקט, אז אין ישראל, און אין כינע, האט ער גאר קינדער.... און דער עולם שלינגט דאס גוט שטיקל לשן הרע.. ווי א גראב הונגעריגע יונגעל..

דערנאך קומען צו גיין מבינים וואס האבן אלעמאל געהאלטן אז עפעס איז מיט אים, איך האב אלעמאל געוויסט אז ער איז יענער סוחר!! וואס דארפסטו מער, "גיב א קוק אויף זיין בארד"!! צוויי-און-דרייסיג יאר און א בארד ווי ביי די אכצן, נא!! איז וואס דארפסטו מער!!

הכלל, עס איז געווען יום-טוב אין דערוואכן, דער עולם איז געלאפן אין די מקוה'ס, מענטשן וואס זענען אין זייער לעבן אין קיין מקוה געווען, זענען פלוצלים געווארען בעלי תשבות און מ'לויפט אין מקוה.. און מען צונעמט דעם בערלע'ן, אים מיט זיין גאנצע משפחה.. מ'טוט זיין ווייב אויס אדם נאקעט!! און מ'לייגט איר אויפן טיש.. "ממש" נא!! א רחמונת! א פיין פרוי!! איך בין דאך אלע יארן געווען א שכן מיט איר.. יעדער שוינט איר נעבעך, מ'מאכט הספדים. א מאמע פון קינדער!! און קיינער פארשטייט נישט בערל, זי איז דאך א שיין פרוי!! שיין? רויפט זיך אן א צווייטער, זי איז "הערליך"! און בשעת'ן זאגן רוקט ער זיך טיפער אריין אין בור אז מ'זאל נישט באמערקן זיינע מחשבות זרות.. און חיים ווייסט שוין אז מ'רעדט גאר פון א גט... א גט? געוואלד געשריגן, שרייט שמעלקע מיט עגמת-נפש... און איך האב געהערט, רופט זיך אן הערשל, אז מ'האט זיין פאטער אריינגעפירט אין שפטאל, און בשעת מעשה קראצט ער די אייער... דער עולם איז בייז, מ'לויפט ארום די מקוה, יעדער פילט זיך בא'עוול'ט, מ'פילט זיך נאקעט... אזו צו בא'עוול'ען דעם עולם??

אן אינטערעסאנטע זאך האט פאסירט אין מקוה!! איינער האט גאר געטרייט דן זיין לכף זכות דעם בערל... אז למעשה האט ער גארנישט געטון, מ'האט דאך אים געכאפט נאך איידערן עס טאן... און ער האט נאר "געוואלט".. "און מחשבה אין הקב"ה מצרף למעשה"... נאך דאס האט אויסגעפעלט פארן היציגן עולם.. וואס!! וואס?? זייט ווען ביסטו א מאמר לדעת!! זייט ווען קענסטו פסוקים?? וואס ווייסטו? ווער ביסטו?? און אז דער מקוה איד מישט זיך ווען נישט אריין, וואלט מען יענעם נאקעטערהייט ארויסגעווארפן פון מקוה...

און אנדערע גוטע מענטשן האבן זיכער געמאכט אז זיין ווייב ווייסט דערפון...

און בערל? נעבעך לויפט צו רבנים, פוסקים, ראשי ישיבות, מגיד שיעורים, מלמדים, און צו ערליכע אידן, טעלעפאנירט אידן פון ישראל, און וויינט... און בעהט א תיקון... וויינט ביטערלעך ביים דאווענען!! און ביי סלח לנו שטייט און זיפצט א לענגערע צייט... קלאפט על חטא אפילו ביי שמע קולנו... מאכט תעניתים, אפי' זיין רבי האט געזאגט אז נאר מאנטאג און דאנערשטיג זאל ער פאסטן.. אבער בערל מיינט דאס נעבעך אמת'דיג... און טוט לפנים-משורת-הדין.. לערנט דריי עקסטערע שעה א טאג!! און לערנט אן א שיעור מוסר ספרים.. גייט אין מקוה צופרי און ביינאכט! זאגט הלל יעדן טאג... און ווען עס איז ווען ווינטער, גלויבט מיר אז ער וואלט זיך געשלאגן מיט די שניי..

איז אויבן אין הימל האט זיך הימל און ערד איבערגעדרייט, זיין התנהגות האט געמאכט א רעש, מלאכים זענען געלאפן.. די אבות הקדושים האבן פארפירט... אונזערע אמהות האבן געוויינט... משה דער פאסטוך האט געשריבן פסוקים, און געבעטן: והוא רחום... און אונזער קעניג דוד האט זיך געווארפן מיטן פידל... און זיין זוהן שלמה האט געזינגען שיר השירים..

און דער אלמעכטיגער, דער רחום-וחנון האט געזאגט סלחתי, מחול לו..

אבער דא אויף דער וועלט, איז דאס פלעק געבליבען אויף אייביג. ווען תשובה, וואס תשובה.. וואס האקסטו אין קאפ, אונזערע אידעלעך האבן נישט ליב א זינדיגער מענטש!!.. "בין-אדם-לחבירו" מאכן יענעם דאס טויט.. פארשעמען, חרפות און בושות, בארעדן, שלאגן, צוברעכן גלעזער, צופליקן הוטן, רעקלעך און שטריימלעך! קנאה !שנאה! גלוסטן! בא'עוול'ען! אפרעדן שידוכים! בא'גנב'ענען! ארויסווארפן פון שול! מסר'ען! רייסן דירה געלט! ארויסלייגן פון ביזנעס! נא, מילא!!

אבער "בין-אדם-למקום"? יא, גאט קען אים מוחל זיין... אבער נישט אונזער היינטיגע פאלק, מיר קענען און מיר ווילן א זינדיקן מענטש נישט קענען.. און אויף דורי-דורות ווען איינער זעט בערל'ען איז ער מחויב און ער דארף זיכער מאכן אז זיין שכן ווייסט און פארשטייט די גאנצע מעשה מתחילה עד סוף, און חס-ושלום אז איינער זאל מיינען אז בערל איז א פיינער יונגערמאן...

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר