די פאלעסטינער אראנדזשן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

די פאלעסטינער אראנדזשן

שליחה דורך זורח »

די פאלעסטינער אראנדזשן

דער באקאנטער שריפטשטעלער מארק טוועין האט באזוכט אין ארץ-ישראל אינעם יאר תרכ"ז (1867) און האט אפגעשריבן זיינע איינדרוקן אינעם בוך Innocents Abroad, מיט די פאלגנדע ווערטער:
"[פאלעסטינע איז] א וויסט לאנד, וואס איר ערד איז גענוג רייך, אבער איז איבערגעגעבן אינגאנצן פאר די דערנער – שטיל פארטרויערט איז דער גאנצער שטח... אזא וויסטעניש איז דא, וואס אפילו דער דמיון איז נישט בכח עס צו באצירן מיטן פראכט פון לעבן און אקטיוויטעט... מיר האבן נישט געזען קיין איין מענטשליך נפש אויפ'ן גאנצן וועג... ס'איז קוים געווען א בוים אדער א גרעזל ערגעצוואו. אפילו דער איילבירט און דער קאקטוס, די פריינט וואס כאפן זיך גיך ארויף אויף ווערדלאזער ערד, האבן כמעט אינגאנצן פארלאזט דאס לאנד."

דער חידוש פונעם באזוכער אין יענע יארן איז נישט געווען דער פאקט וואס דאס לאנד איז וויסט, ווייל די אראבישע מדבריות ארום און ארום זענען געווען נאך מער וויסט ווי ארץ-ישראל. דער חידוש איז באשטאנען נאר פון דעם וואס דאס לאנד וואס איז בעצם אזוי רייך און פרוכטבאר, דאס לאנד וואס איז געבענטשט מיט רעגן, און איז פארגעדענקט מיט אירע וואונדערליכע פרוכטן וואס זי פלעגט ארויסגעבן מיט צוויי טויזנט יאר פריער, איז פארבליבן אזוי וויסט "וואס אפילו דער דמיון איז נישט בכח עס צו באצירן מיט לעבן און אקטיוויטעט..." אט דאס איז עפעס וואס גייט שווערליך אריין אין קאפ.

אזעלכע און ענליכע שילדערונגען פונעם לאנד זענען געשריבן געווארן דורך מערערע רייזנדע און היסטאריקער גויאישע און יודישע צוגלייך במשך די הונדערטער יארן פון איר וויסטעניש, להבדיל דער רמב"ן דערמאנט אויך "די שרעקליכע אומגלייכבארע וויסטקייט" אינעם (אומ)באקאנטן בריוו וואס ער האט געשיקט פון ארץ-ישראל צו זיין זון אין שפאניע. אבער אין ספר ויקרא (כו, טז) באמערקט דער רמב"ן די ברכה וואס פארשטעקט זיך גאר אין אט דער וויסטעניש, דערזעענדיג אין דעם די השגחה וואס גיט אכטונג אויפ'ן לאנד, אז זי זאל אויסווארטן מיט געדולד אויפ'ן אומקער פון אירע קינדער. דער נס פונעם לאנד'ס וויסטקייט, "אן ארץ טובה ורחבה, וואס איז שטענדיג געווען באזעצט מיט מענטשן, זאל זיין אזוי חרוב", איז לויטן רמב"ן אן עדות אויפ'ן נס פונעם "צוריקקער קיין ציון" וואס וועט פארקומען אינעם עתיד און אויפלעבן דאס לאנד.

***

ביים אנהויב פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט האבן אלטע ארץ-ישראל קוואלן, וואס האבן געטרוקנט הונדערטער יארן, ווידער גענומען פליסן מיט דער אלטער ענערגיע און פאטענץ, און מערערע פעלדער אינעם פלאכלאנד (שפלה) האבן שוין ארויסגעגעבן פרוכטן. די פרוכט איז געווען גענוג נישט נאר פאר'ן ארץ-ישראל'דיגן יישוב, נאר אויך אויף אויסצוליפערן אינדרויסן פונעם לאנד, צו מענטשן איבער דער וועלט וואס האבן געוואלט פילן דעם טעם אויף דער אייגענער צונג.

צווישן די וואס האבן זוכה געווען צו אזא ליפערונג פון פרישע פרוכטן איז געווען א ארישע משפחה וואס האט געוואוינט אין דייטשלאנד. אויפ'ן טיש ביי זיי אין שטוב איז געווארן אוועקגעשטעלט א שיסל מיט אראנדזשן וואס זענען געפלאנצט געווארן דורך די פאלעסטינער אידן. איינע פון די קינדער האבן זיך געוואונדערט, "ווער זענען דאס די פאלעסטינער אידן וואס פלאנצן אראנזשן?" די מוטער האט געוואוסט אז דאס זענען ברידער פון די זעלבע אידן וואס געפינען זיך נאך אין דייטשלאנד, דערשראקן און פאר'ייאוש'ט פון דעם וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגען, אבער איר קליינע טאכטער איז נאך געווען צו יונג דאס צו פארשטיין. דאס מיידל איז געזעסן ביים טיש און געקוקט אויף די גלאנציגע און דיקע אראנזשן, און כאטש זי האט נישט פארשטאנען זייער ייחוס, האט זי באמערקט פונעם גלאנץ אין די מאמע'ס אויגן אז דאס מוז זיין עפעס ספעציעל און וואונדערליך.

מיט א צייט שפעטער האט דאס מיידל געזען ווי די מאמע שטייט ביי דער טיר און קוקט זיך צו ווי מ'טרייבט א גרופע מיט אידן אויף דער גאס. די מאמע איז געשטאנען און געוויינט, און געשעפשעט צו זיך איין מאל און נאכאמאל: "א בושה! א בושה אויף אונזער פאלק!..." דאס מיידל האט קיין סך נישט פארשטאנען, און זי האט אודאי נישט געוואוסט ווי שטאלץ זי דארף זיין אויף דעם וואס איר מוטער איז איינע פון די ווייניג אידעאליסטישע חסידי אומות העולם אין יענע פינסטערע יארן. דאס בילד פון די הערליכע אראנדזשן פון איין זייט, און די פארטריבענע אידן פון דער אנדערער זייט, האבן זיך איר געמישט אין קאפ אזוי לאנג, ביז זי האט ביי זיך באשלאסן חתונה צו האבן מיט א איד! איר מאן, א מלחמה איבערלעבער, האט פון אידישקייט נישט געוואלט וויסן, אבער זי האט פרובירט אים צו העלפן איבערקומען די שווערע זיכרונות, און צום סוף האט זי זיך מגייר געווען און ארויף קיין ארץ-ישראל, אויסצולעבן אירע יארן אינעם הייליגן לאנד.

די מעשה איז געווען פובליצירט אין איינעם פון די היימישע מאגאזינען, און ס'האט מיך שטארק בארירט. די אראנדזשן פון ארץ-ישראל טראגן מיט זיך א סוד, דער סוד פונעם בונד וואס דער באשעפער האט געשלאסן מיטן אידישן פאלק און דעם אידישן לאנד, דער סוד פון גלות און פיין, וויסטעניש און חורבן, און דערנאך ווידער אומקער און אויפלעב, צעבליאונג און תחיית המתים. אט קלינגען אפ אין אונזערע אויערן די ווערטער פון רבי אבא (סנהדרין צח.) "אין לך קץ מגולה מזה שנאמר 'ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל'..." לויט דער גמרא קומט אויס אז אינעם טאג וואס ארץ-ישראל וועט אנהייבן ארויסגעבן שיינע אראנדזשן, איז עס א סיבה אז דאס הארץ זאל אונז אנהייבן פלאטערן מיט באגייסטערונג און האפפענונג.

די אראנדזשן פון ארץ-ישראל, מיט זייער דיקן הויט און טיפן פלייש, דערמאנען אונז אין נביא'ישע פסוקים און דערציילן געשיכטעס פון אידישער גאולה. ביים אויפשניידן די דיקע און זאפטיגע רויט-געלע רעפטלעך וואס האבן אויף זיך דעם סטעמפל "פראדוקט פון ארץ-ישראל" קען דער איד דערהערן דעם בת-קול פון זיינע אור-עלטערן, די פאראייניגונוג פונעם אמאל און היינט, צייגנדיגט אויפ'ן טיפן עקשנות און אייביגקייט פונעם אידישן פאלק. ווירקליך אזוי, דאס אידישע לאנד האט באוויזן א וואונדער וואס קיין שום לאנד האט נישט באוויזן, און דאס אידישע פאלק אליין איז נישט ווייניגער וואונדערליך.

אט דאס איז דער סוד וואס דער פאלעסטינער אראנדזש טראגט מיט זיך, דאס איז דער סוד וואס די שורות פון וויינגערטנער אויף די בערג פון שומרון, גליל און גינוסר דערציילן אונז, און דאס איז אויך דער וואונדער וואס איר דערזעט ביים אריבערפארן די לאנגע אויסגעפלאסטערטע וועגן אינעם פלאכלאנד (שפלה) פון ארץ-ישראל, וואו ס'זענען אויסגע'שורה'ט טייטלביימער פון רעכטס און לינקס. אויפ'ן פלאץ וואו מארק טוועין איז דורכגעפארן און געזען בלויז וויסטעניש מיט ווייניגער ווי צוויי הונדערט יאר צוריק, דערזעט איר היינט מיליאנען אידן און טויזנטער ביימער.

***

חמשה עשר בשבט איז דער יום-טוב אין וועלכן די ביימער אנגעהויבן מיטן מאנדל-בוים דערפילן זייער ערשטן לחלוחית פון ווידער-אויפלעבונג, וואס זאגט זיי פאר די בשורה פונעם פרילינג. אין חוץ-לארץ האט דער יום-טוב באמת גאנץ א קליינעם באדייט, וויבאלד די סעזאנען פון די ביימער זענען נישט אויסגעשטעלט אין אלע לענדער אייניג, אבער במשך צוויי טויזנט יאר האבן אידן פאראייביגט דעם טאג אין וועלכן די ארץ-ישראל'דיגע ביימער הייבן אן ארויסגעבן זייערע ערשטע בלעטלעך, דעם ראש השנה לאילנות וואס צייכנט אפ די נייע יאר פאר תרומות מעשרות ערלה נטע רבעי און שמיטה, ווארטנדיג אז דער פסוק פונעם נביא זאל מקויים ווערן, און די דארטיגע זאמדן זאלן אנהייבן עושה פירות זיין.

דאס אידישע פאלק האט פאראייביגט מערערע מצוות און הייליגע טעג אין שייכות מיט ארץ-ישראל, אבער חמשה עשר האט דוקא די דאזיגע ספעציעלקייט וואס נישט נאר איז עס א זיכרון צו א פארגאנגענהייט, נאר אויך א דירעקטער סימן פאר'ן עתיד. "אינעם טאג וואס חמשה עשר בשבט וועט ווערן צוריק אקטועל," לערנן מיר פון רבי אבא, "יענער טאג וועט זיין א בשורה נישט בלויז פאר די ערדישע פרוכט פון ארץ-ישראל, נאר אויך פאר די נאציאנאלע פרוכט פונעם הייליגן לאנד, די קינדער פון ציון וואס קערן זיך צוריק אהיים."

דער מנהג ביי אידן איז צו עסן אין דעם יום-טוב די שבעת המינים. אונזערע עלטער-זיידעס האבן נישט געהאט קיין אמת'ע ארץ-ישראל פרוכט, אבער מיטן נעמען יענע זיבן מינים האט דאס אידישע פאלק אויסגעדרוקט די מאטיוון וואס זי האט געפילט אין דעם טאג, זייענדיג א פאר'יתומ'טע פון איר לאנד און פון אירע פרוכטן. יעדעס יאר ווען די ארץ-ישראל'דיגע ערד האט באקומען די ערשטע פייכטקייט פונעם נייעם סעזאן, האט עס געריסן ביים הארצן פונעם פאלק, אויף דעם וואס ס'איז נישטא ווער ס'זאל אויפנעמען די בשורה פון פרילינג אין א לאנד וואס איז סיי ווי פארוויסט. נאכן פארזוכן די פרוכטן האט מען געלויבט הקב"ה מיט א הארציגע תפלה פון והעלנו לתוכה...לאכול מפריה ולשבוע מטובה ברענג אונז ארויף... צו עסן אירע פרוכטן און זיך אנזעטיגן פון איר גוטס, אזוי האט דאס עקרה'דיגע לאנד געבענקט נאך אירע קינדער, און די קינדער האבן געבענקט נאכ'ן לאנד.

אינעם ניינצנטן און צוואנציגסטן יאר-הונדערט איז דער נס געשען. דער חמשה עשר איז ווידער געווארן אקטועל, ווען די שבעת המינים האבן פאקטיש גענומען בליען פון אלע זייטן אויף די זאמדן פון דער אידישער ערד, און דערביי צוגעגרייט דעם באדן פאר'ן נאציאנאלן חודש האביב. דער טויש וואס חמשה עשר איז אריבער, צו ווערן א יום-טוב מיט אן אמת'ן היינטיגן משמעות, זאגט אן אויף אן ענליכער טראנספארמאציע וואס דער יום-טוב פסח האלט ביים דורכגיין, צו ווערן א יום-טוב מיט א סימבאלישן משמעות פאר'ן היינט, נישט ווייניגער ווי פאר דער פארגאנגענהייט.

"וואס זענען דאס ארץ-ישראל'דיגע אראנדזשן?" אנשטאט צו פרעגן לאמיר אויסשטרעקן א האנט, עס איינקויפן, און אליין פילן דעם טעם פון נס אויף דער אייגענער צונג...
בילד
בייגעלייגטע פיילס
די פאלעסטינער אראנדזשן.pdf
(121.71 KiB) אראפגעלאדנט 76 מאל

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר