"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

שליחה דורך בעל מדות »

איך האב מחמת נייגער אריינשפאצירט אין דעם ווינקל וועלכע רופט זיך "אייוועלט" און וויסנדיג אז אייוועלט איז נישט דאס וואס זי איז אמאל געווען און וועפט אויף כוחות האב איך זיך גערישט צו טרעפן א באדן וועלכע איז ליבערשט א שפיל הויף ווי קינדער שפילן, איך האב אנגעהויבן באזיכן אשכולות דארט און מיטאמאל טרעף איך א אשכול וועלכע פארשרייעט די טייערע פרייזן וואס ראגעלעך פארמאגן, איך שפעקוליר צו עס איז נאר א משל, צו עס איז גאר עפעס אינטערסאנט דיפרענט מיט א "דאונט דזשאדזש עי בוק ביי איט'ס קאווער סטייל און איך שפאציר אריין דערין, איך הייב עס אהן לייענען, און גאט אין הימל וואספארא שרעקליכע קוואל פון איבל עס פליסט דארט, ווי מער איך קוק אלץ מער הייב איך אהן טראכטן אז איך שלאף און האב ווילדע חלומות און איך האב פלעין נישט געגלייבט וואס איך זעה דא, אדרבה לייענט ווארט ביי ווארט וואס דער פותח האשכול האט געשפורט פאר וויכטיג צו עפענען א טעמע


יעדער האט ליעב א פיינע ראגעלע, ווער רעדט נאך ווען מען בייסט דאס צו מיט א פיינע הייסע קאווע, אך דא, די ראגעלעך מאכער'ס, וואוסענדיג ווי שטארק דער עולם לעכעצט נאך זייער סחורה, האבן זיי באשלאסן אינאיינעם צו רייטן אויף אונזער סטאטוס, און ארויפגעשרויפט די פרייז אזש א מיטל קלאס פארדינער קען זיך קוים ערלויבן א ראגעלע איינמאל א חודש, און אפילו דאן קומט אים די ראגעלע ארויף אין מויל, נעמענדיג אין באטראכט אז ער עסט יעצט א פראצענט פון זיין געהאלט.

דער ברענעדיגע ראגעלע פראבלעם האט געגרייכט צו א שטאפל אז הויעכראנקיגע זאך קענער האב'ן זיך גענומען פארשן וואס אלס עס ווערט אריינגעלייגט אין דעם וואס מאכט דאס פאר אזא טייערע אייטעם.

בארדאן קאהן -א גראדואיט פון היי טעק טעגנאלעדשי אסאסיעשאן אף פאד ענד דארגס- האט אין א אפפ-עד אין די פערסטישפולע וואסער קיי מאגעזין אויפגעדעקט אז באמת איז דאס א צוזאם ארבעט צווישן די ארטאדאקסישע בעקערייען מיט די יודייקא סוחרים. און א לענגערע באריכט ברענגט ער ארויס אז די קאנפעקשן צוקער אויף די ראגעלעך איז דער גורם צו די אדיקשען וואס דער עולם האט צו ראגעלעך, און אין די זעלבע צייט מאכט דאס שמוציג די וואלענע טלית קטן, אזוי ארום קויפט דער חרדי'שע עולם ראגעלעך און טלתים קטנים.

ער ווייזט אויך אן אז פארקאש טלתים איז קוואטירט נעבן קאף'ס בעקעריי, ווי אויך איז עס סמוך ונראה צו גרינ'ס רעסטעראנט וואס איז אויסגערופן מיט זייערע ראגעלעך.

דאס און נאך פאקטארן דייטן אן קליפ און קלאר אז עס קומט פאר אזא שמור לי ואני אשמור לך צווישן די בעקערייען און די יודייקא געשעפטן.

נאך א שאקירענדע באריכט קומט ארויס פון די אי עי על איי בי קעי, א אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט שטודירן די סאדוגערע שיטה, זיי דעקן אויף אז 90% ראגעלעך עסער'ס האלטן זיך אפ פון לערנען אין באגאבא גמרא'ס מיט'ן אויסרייד אז עס איז א מצוה הבא בעבירה, און אויך טרעפט מען זעלטן ביי זיי אז דער מאן זאל שטופן א ארטסוקרול קערידש.


איך טראכט און טראכט מה זה? זענט עטץ נארמאל? פארדעם דארפן ענק א פארום? איז דאס פארוואס איך האב געשפענדעט יעצט צען מינוט פון מיין לעבן? פארוואס? פארדעם נארישן טפשות'דיגן אינהאלטלאזע מאמר? וואס איז דאס א וויץ? א זיסע חכמה? איך קען נישט אויפהערן באוואונדערן וואס פשט פון אזא אומבאגרינדעטע אשכול אהן קיין פארוואס אהן קיין פארווען, איך בין נייגעריג צו עס איז א אינסייד וויץ וואס ווייל איך שרייב נישט דארט כאפ איך עס נישט?!..האלטסט טאקע אז "יעדער" עסט ראגעלעך? און עס איז טאקע אזוי טייער אזש ממש ער איז וויכטיגער צו רעדן ווי פון א מאנגל אין דירות? איז עס אפשר א חלק אינעם שטורעמישן פאעזיע פארמעסט?...
איך קען נישט כאפן וואס קען מען אפילו ענטפערן פאר אזא איינעם אבער איך כאפ א בליק וואס דער ערשטער ציטירער שרייבט...

האלאו! סטאפ! מיין מאגן קען נישט פארנעמען אזא העווי טשולענט אום זונטאג...

ביזט גוטע נייעס דו...

איך וואלט אייך פארגעשלאגן "טאמס" ווען איהר שרייבט אזאנס אין אישי אבער אין פובליק שעם איך זיך צו ענטפערן איינער וואס שרייבט זיינע אינעווייניגסטע פראבלעמען, און חוץ מזה כאפ איך נישט פארוואס דער איז פיינע נייעס, זעט אויס "איך בין פאני"...דער קימענדיגער אין ראיה קלאפט צוזאם דריי גרינע...אייוועלט נשמות קלאפנדיג אין רוקן פון די פותח האשכול וועלכע ער האט באוויזן אזא שיינע ארטיקל...דער קימענדיגער קאמפלימענטירער איז
כא כא איז דאס ווארט..

רעספעקטפולי דיסעגרי.

אראפגעברענגט שטאף פון 'בודעם'... 
שלושים יום קודם החג אין עקשאן..

איך ווייס נישט פון ווי ער האט דאס געברענגט אבער בוידעם ספעלט מען אנדערש.
פון די עפארדעבל דירות פלאן פאר די ק"י'לע וואס גייען צו בחירות האסטו פארגעסן?

פיין דו 
נעם דיר אזאנס אויך 

וואס פשט? עס איז א חידה אשכול אויך? איך קעניש כאפן וואס עס מיינט "עפארדעבל דירות פאר קיען וואס גייען צו די בחירות" אפשר בין איך שטאט? ובכלל וואס פשט פון אזא מאדנע מין קאמפלימענט סטייל פון נעם א גרינע און נעם שוין אזאנס אויך? וויאזוי ארבעט עס? איך מוז עס נעמען?
איך האב געלאכט און געלאכט
האו קאם? די ליידסט אויף עפעס? איך ציטער אז די נעמסט נישט ערליך די שלונג מאטריאל.
איך הער נישט אויף צו לאכן. דעס אז די קענסט האט מען שוין געזעהן אין דיינע קליינטשיקע תגובה'לעך דא דארט אבער אזא גוטס.........!!!

הייסט דאס איז שוין סאמטינג ספעשל?
ליצנות..

דא קימט שוין אריין די מנהל און ווארנט...טאקע לצנות נישט אזוי?
מען דארף באהאלטן, א ראגעלע אן אלטן, אויפן בוידעם פון אייוועלט
עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, וואס עס מיינט א תגובה וואס מיט פרישקייט קוועלט

איך מיין טאקע אז מען זאל באהאלטן דעם אשכול אין בוידעם, איך ווייס נאר נישט צו זאל מען עס פאר די קינדער יא ווייזן...דער קאמפלימענט האט א שטיקל חשיבות ווייל עס גייט מיט א אלטע ניגון וכדו'
כהאב מיך געראגעלט פאר געלעכטער 

פארוואס לאכט דא יעדער? און וואס פשט פון זיך ראגלען פאר געלעכטער? סיריעסלי קיין איין נארמאלע תגובה קעניש אריינפאלן דא?
WOW א גאנצע אשכול נאר פאר מיר.   

אבער איך גיי מער פאר באקארמאנ׳ס טשיס דעניש און באביס בלינצעס..

און וואספארא סארט סעמאן פיש האסטו ליב? וואס טוט זיך מיט בארשט? און גרעיפרוכט?
מיינסט זיכער באבי'ס פאלאטשינא...

דארט צאלסטו טאקע א דאלער א ביס

דער שמועס דא איז אינפארמאטיוו...איר האלט אז דאס זענען אינגעלייט?
טשיריבים טשיריבאם!!! פיינע סחורה!

א נייע מין אייוועלט דאנק? סתם אין די גיסטע יעצט פון א מארטש? איך קען דעם ניגון מיין איך, עס קימט פון ר' יוסל'ען ניין? קום אין אישי!.
פלצתי מאוד מאוד

וואס מיינט דאס? איך האב אויסגעפלאצט? איינער קען שפראך דא? וואלט איר נישט קאמפערט דעם "פלצתי" ווארט צו הוושתי איך האב אויסגעוואשן? אדער טוראנקטי איך האב געטרונקען?



איך קען נישט קומען צו זיך פון לאכן און איך קום צום אויספיר אז דאס זענען נישט קיין יונגעלייט און נישט קיין בחורים, און דאס מוזן זיין ילדים וועלכע לערנען אין חדר וואס דאס דארף מען געוואויר ווערן ווייל עס איז נישט גוט אז אזאנע יונגע קינדער האבן אינטערנעט...
עס שטינקט געפערליך פון קטנות און איך הייב אהן עפרישיעטן מער די געטרייע גבאים און מייסדים פון קאווע שטיבל וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא הערליך פלאץ.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר