וויסענשאפט שמיסענשאפט, אן אנדערע בליק,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2316 מאל

וויסענשאפט שמיסענשאפט, אן אנדערע בליק,

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

גרויסע נייעס, א ניי געטראפענע חלק פונעם ירושלמי פובליצירט געווארן דורך שלמה יהודה פרידלענדער -אלגאזי ס''ט איז אקצעפירט געווארן פאר א הסכמה דורך עטליכע גאוני הזמן,

א העכסט געווענליכע געשעעניש נישט אזוי? דער איינציגער אויסנאם איז אז דער פובליצירער האט זיך צוגעטשעפעט א פיקטיווע נאמען,אין איז בכלל נישט קיין ספרדי (זיכער נישט קיין טהור), נאך א קלייניקייט אז דער ספר איז בכלל נישט קיין נייע חלק ירושלמי אין ניטאמאל נאכגעשריבן פון א אלטע כתב יד, נאר פאבריצירט געווארן דורך א פיפיגער שווינדלער וואס האט דאס צוזאמגעשטעלט פון אנדערע חלקים פונעם ירושלמי און פונעם בבלי, אין מוסיף געווען כיד הדמיון טובה עליו באשפריצט מיט הויעכע תלמודישע טערמינען אבער איבערלאזענדיג פולע אומראציאנאלע טעותים,

נאכן פרודוצירן דעם 'ירושלמי אויף קדשים ' האט פריעלענדער ציגעלייגט דעם נאמען פין זיין ברודער אין אומעקזעסטירענדיגע בעלים אויפ'ן כת''י, אין האט עס אפגעשיקט צי פרעסטידזפולע רבנים פונעם דור, וואס האבן עס אקצעפירט פאר א הסכמה,
די פאקט אז רבני הדור האבן אנגענימן א געפעלטשטן כתב יד צי געבן א הסכמה איז א ביטערע וויץ, אבער דאס ווייזט אויף א טיפערע פראבלעם מיט ספרים וואס ווערן פובליצירט אין דעם נאמען פין תורה,

דאס איז נישט דער ערשטע מאל וואס דער תורה'דיגע ציבור איז געפאלן א קרבן פאר א זייפן , אין איין אינצידענט האט א באקאנטע רב'ס א זין אפגעשריבן א גאנצער קובץ תשובות אינטערען נאמען בשמים ראש, אין עס באצייכענט אז עס געשריבן געווארן דורכ'ן רא''ש, אין גרויסע רבני הדור האבן עס אנגענימען אלץ אוטענטיש אין זיך סומך געווען דערויף כאחד הראשונים, אין אפילו נאכגעברענגט פון דער פירוש וואס דער זייפן האט ציגעלייגט אין אריינגעשטיפט זינלאזע כפירה רייד,
מיט עטליכע יאר צוריק האט א ארץ ישראלדיגער מוציא לאור ציזאמגעשטעלט א פלאגיאזירטער, געפעלשטער פירוש על התורה אויפן נאמען פין רבינו אפרים אין ר' סעדיה גאון, צוזאמנעמעדיג אויסצוגען פון ראשונים אין אחרונים וואס ציזאמען האט עס צוגעשטעלט א געמישטע טשולענט אן קיין טעם, אין ער האט דאס ארויסגעגעבן אין די מחברים פונעם תוס' השלם על התורה האבן שוין נאכגעברענגט בלינדערהייט שטיקלעך פין דארט כקבלת תורה מסיני,

אלזא קען מען מער נישט האבן קיין שום ציטרוי אין תורה'דיגע ספרים? נישט ממש...


דיסקלעימער!
די כונה פין די שורות איז ח''ו נישט מערער צי זיין אדער מזלזל זיין אין ספרי קודש, נאר דאס איז געשריבן געווארן אינטער די השפעה פין א ארטיקל אין די וואכעדיגע 'מאמענט ' אינטערען נאמען 'וויסענשאפט שמיסענשאפט' וואס עס האט מיר געשטערט ווי מען שרייבט נארישע ארטיקלן פאר א אומוויסענדע ציבור זיי צו מאכען מער אומוויסענד,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר