אוי מיין שכן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

אוי מיין שכן

שליחה דורך עזריאל »

יא דאס איז די פאסיגע קעפל: אוי מיין שכן אבער נאך ווי אוי.

אירע קינדער מיט מיינע זענען שוין חברים כמעט 2 יאר מ'הארגעט זיך און מ'מאכט שלום מ'שפילט און מ'לאכט, ביז א האלב יאר צוריק האט מיין אידענע באמערקט אז עפעס זענען זייערע קינדער קיינמאל נישט אוועילעבעל צו שפילען אפילו נישט שבת אינדערפרי און שבת נאכמיטאג, פארשטייט זיך אז פאר בעביסיטען אירע קינדער איז נאך מיין יודענע גוט, ווי אויך צו בארגען צוויי דאזן אייער מיט קאקאו און מעיל, ווי אויך ווען אימער מיי העביט אדער גילט האט א סעיל וועט מען קומען צו מיר אינדערהיים נוצן דעם געאסערטן כלי.

ביז איינטאג פאריגע וואך האט זיך איינער פון אירע קינדער פאררעדט פאר מיין פיר יעריגס אז זייער מאמע לאזט נישט שפילען און זיך חבר'ן מיט קינדער וואס זענען פון א שטוב ווי ס'איז דא א קאמפיוטער, די געלעכטער איז גרויס ווייל מ'רעדט פון קינדער אונטער פיר.

א קיצור די רוגזה איז גרויס. ווייל פארוואס מעגן די עלטערן פון די קינדער וואס זיי זענען די פאקטישע באניצער פונעם קאמפיוטער בעביסיטען דיינע הייליגע נשמות, און פארוואס מעגט איר בעטן צוגרעטליך פון מיר יעדער מוצאי שבת, און פארוואס מעג זי בארגען אייער ביי אזא משפחה, זיי זענען דאך עלול אריינצולייגען בלוט טראפען. אבער מיר האבן זיך אויסגעלאכט פון די רעליגיזע פאנאטיקער וואס אלע זייערע קינדער וועלן אי"ה נאך זיצן ביי גרויסע סקרינס אויב גייען זיי וועלן ברענגען פרנסה. ווי אויך איז אנדערע שכנים צו שפילען.

אבער פאריגע וואך איז געווען אויף איינער פון זייטליך א ריזיגער סעיל אויף עפעס א ווייסער קינדער שיך, (פרעגט אייער בני בית) און די מחוצפת קלינגט אז זי וויל נוצן דעם קאמפיוטער, ניין האט מיין ווייב נישט געקענט זאגן, ווייל די טראדיציע פון נוצן מיין קאמפיוטער האלט שוין אן אפאר יאר, אבער איך האלט עס נישט אויס, א עצה ביטע.

וואס איך האב יא געטאהן איז אז איך האב איבער דערציילט בתורת דזשאק פאר מיין שכן די חכמה'לע פון זיין פיר יעריגס. אבער איך דארף א וועג אפצושטעלן דאס נוצן מיין קאמפיוטער יעדער צווייטער נאכט, זאל זי זיך אליינס קויפן א אייגענס.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר