ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

שליחה דורך כוכב »

מיט כבוד, עהרע און געזאנג צום אלמעכטיגן טוען מיר עפענען די טויערן צו דער רעדאקציע פון "פה-סח", אונטער'ן סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! די קאווע שטיבל אויסגאבע צום בעפארשטייענדן חג הגאולה שנת תשע"ה.
פאלגנד זענען די יעצטיגע פלענער און שטאטוטן פון דעם קאמפיין:

א) דער ציל איז אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגער מאגאזין מיט רייכע רובריקן און קאלומס וואס וועט ארויסגעשטעלט ווערן אין א ווירטואלן פארמאט לכבוד יו"ט.

ב) וויכטיגע באמערקונג: דאס איז אן ערשטמאליגער פראיעקט און פאדערט זיך דער קאלעקטיווער צוזאמענארבעט פון דעם גאנצן ציבור. אן דער מיטארבעט פון כל יחיד ויחיד פון אונזערע חברים מקשיבים, יעדער לויט זיינע געבענטשטע יכולת, איז נישטא קיין שום גאראנטי פאר סוקסעס. ביטע דאס נישט נעמען לייכט.

ג) די מערכת נעמט אן ארטיקלען פון היינט און ווייטער. אויב וועט זיך אויספעלן צו רעדאגירן אן ארטיקל קען דער מחבר פארלאנגען אז זיין ארטיקל זאל צוריקגעשיקט ווערן פאר באשטעטיגונג.

ד) צו האלטן די קוואליטעט די העכסטע שייך קען מען זיך נישט מתחייב זיין אריינצושטעלן אלע ארטיקלען וואס וועלן אריינגעשיקט ווערן. די אלע ארטיקלען וואס וועלן אפגעזאגט ווערן וועלן באלד ארויסגעשטעלט ווערן אין שטיבל אונטער'ן "פה-סח" קאמפיין טעמע.

ה) די אויסגאבע איז געווידמעט פאר פרישע חומר. אן ארטיקל וואס ערשיינט אויפ'ן נעץ בעפאר דעם מאגאזין וועט אויטאמאטיש ארויספאלן

ו) דער ציל איז אהערצושטעלן א רייכע אויסוואלן פון ארטיקלען איבער א רייע אינטעלעקטועלע נושאים ווי יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר און פעליטאן, היסטאריע און אנשי שם, און נאך.
צוליב וואס דער מאגאזין צילט צו אפעלירן צו א ברייטערן אלגעמיינעם ציבור און בכדי צו האלטן דעם ניווא פון דעם מאגאזין הויך און זעלבסטצייטיג שווה לכל נפש, ווערן אומקריעטיווע אנטי-סיסטעם סענטימענטן, רענטס און עקסטרעם קאנטרעווערסיאלע העמק-דבר ארטיקלען נישט בעפארציגט. א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

ז) דער נאמען פון דער אויסגאבע וועט זיין "פה-סח", וואס קען נישט זיין מער פאסיג לכבוד דעם חג החירות וואס -- ווי ערווענט אין קלאסישע ספרי דרוש ואגדה – איז דער דיבור ארויס פון גלות און איז די פאסיגע טעמע פאר אונזער ציל, צו געבן דאס פרייהייט פונעם ערליכן חרדישן און אינטעלעקטועלן ווארט פאר די וואס קענען דאס ליידער נישט געפינען ערגעץ אנדערש.

ח) מיר האבן מיט אונז א פראפעסיאנאלער גראפיקער הלוא הוא ידידינו עוז אונזער נייער ידיד [tag]מה הוא[/tag] וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן אלע גראפיקס אנגעלעגנהייטן. ברם, צוליב די אנגעצויגענע ערב פסח צייט האט דער גראפיסט געבעטן אז מ'זאל אים געבן מינימום א וואך צייט צוצושטעלן די ארבעט. דעריבער בעטן מיר פון אלע חשוב'ע שרייבער אריינצושיקן אייערע מאטעריאל ווי אמשנעלסטנס. לייגט דאס נישט אפ אויף דער לעצטער מינוט, ויפה שעה אחת קודם.

ט) דער פלאן לויטעט אז דער ווירטואלער מאגאזין וועט ערשיינען דינסטאג פאר יו"ט. ביטע אריינשיקן אלע ארטיקלען מינימום ביז שפעטסטנס מיטוואך ערב שבת הגדול.

י) סיי וואס פאר אן ארטיקל אין סיי וואס פאר א פארמאט, נושא, אדער לענג, ווערט הערצליך ענטפאנגען און באגריסט, און וועט ערנסט באטראכט ווערן אלס קאנדידאט אריינגעשטעלט צו ווערן אין דער אויסגאבע אויב וועט עס געפינען ווערן פאסיג דורך דער הנהלה. ווי פארשטענדליך וועט דער אויסוואל זיין באזירט אויף דעם רעלאטיוו פון דעם חומר וואס מיר וועלן ערהאלטן.

יא) א מתן שכרה בצדה פון פערציג דאלער קעש וועט געשיקט ווערן אין פעיפאל פאר די ערשטע צען שרייבער פון הויכער קוואליטעט, וואס זייערע ארטיקלען וועלן אנגענומען ווערן אין "פה-סח". די ארטיקלען דארפן נאכקומען די פאלגנדע פארשריפטן: א. קוואליטעט זאל זיין גענוג הויך ווי עס פאסט פאר א פובליצירטער מאגאזין, און זאל נישט דארפן מער ווי מינימאלע הגה. ב. דער ארטיקל זאל ענטהאלטן 5000 קערעקטערס אדער מער (אויב ס'פארמאגט אויך אריגינעלע דאקומענטן/בילדער קען געמאלט זיין קורצער).

יב) עס וועט געפארעמט ווערן א קאמיטע פון רעדאגירער, פאר וועלכע עס וועט געעפענט ווערן דעם "שרייב טישל" פארום, צו פארלייכטערן די צוזאמענארבעט. די מערכת טוט איינלאדענען סיי ווער עס איז באהאוונט אין אידיש-גראמאטיק ארויסצוהעלפן מיט דער רעדאגירונג. א פערזענליכע איינלאדענונג ווערט ארויסגעשיקט פאר [tag]פלאוויוס[/tag] און [tag]יאיר[/tag], מיר קוקן ארויס פאר אייער הילף און קאאפעראציע

יג) ווי געשריבן פון אנהויב, די מערכת קענען נאר טון די השתדלות! מיר בעטן יעדן יחיד, שארצט אייך ארויף דעם ארבל און שטעלט אהער א שיינעם ארטיקל אדער צוויי לכבוד דעם "פה-סח" און נאר אזוי וועלן מיר קענען עררייכן דעם געגארטן ערפאלג.

יד) מיר באדאנקען זיך פון פאראויס פאר סיי וואס פאר א הילפס-אנבאט. ווער עס איז וויליג צוזאמצונעמען פון אלטן חומר פאר א סאפלומענט און דאס גלייכן איז העפליך געלאדנט.

טו) הגם מיר האבן נישט דא קיין ביזנעס אינטערעסן, אבער אויב ווילט איר אדווערטייזן אייער ביזנעס אין אונזער מאגאזין ביטע זיך ווענדן אין אישי.

טז) דער גראפיקער איז גרייט, די רעדאקציע איז גרייט, כוכב איז דערביי, יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בידך. זייט מקיים דעם "אם אין אני לי מי לי". מיר ווארטן פאר "אייער" ארטיקל, ואל תאמר לכשאפנה אשנה.

זאל דאס אידישע שריפט דערגרייכן א נייער פרעצעדענט, ושתשרה שכינה במעשה ידינו.

דער כבוד און פארגעניגן איז אינגאנצן מיין,
כוכב

דער אשכול פארמאגט 132 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר