ביבער מה היא אומר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ביבער מה היא אומר

שליחה דורך פליקער »

עס איז מיר אינטערעסאנט געוועין ווען איך האב דאס געזעין

עס איז פארבלאנדשעט געווארן א איד אין א וואלד, אינעם וואלד איז געוועין דארטן א משפחה פון ביבער'ס, דער איד האט גריידע געקענט די ביבער שפרייך, ני וואס טוט מען אז מען קען ביבער שפרייך, מען גענעינט זיך און מען נייגט צי א אויער, מען הערט וואס די ביבער'ס שמיסן, און דער איד הערט וואס זיי שמיעסן, ער נעמט ארויס א בילדער מאכער, און מאכט בילדער פון משפחת ביבעריצקי, ער דאקעמענטירט גענוי וואס זיי שמיעסן, און ער גייט ווייטער זיין וועיג, ביז צום סוף טרעפט ער דעם וועיג ארויס, אזוי ווי ער קומט ארויס, זיכט ער די נומער פון קרויס שטריימעל מאכער, האלע מיסטער קרויס, דו וועסט נישט גלייבן מיין מעשה, אבער עס גייט מיך נישט אן, איך שפיר איך מיז עס פארציילן, ווייל דו מיזט דאס וויסן, נו ווער רעדט דא ביטע, ווער עס רעדט איז נישט אינטערעסאנט, דו ווילסט הערן מיין מעשה אדער נישט, אקעי פארצייל.

איך בין געוועין פארלוירן און א וואלד, וואס פארלוירן און א וואלד, יא, פאר ווי לאנג, ביטע הער אויף מיט נערישע שאלות, גיט פארצייל ווייטער.

קודם ברויכסטו מיר גלייבן אויפן ווארט, א טרויליך סוד, ני וואס איז די סוד, איך קען די שפרייך פון די ביבער'ס, וואאאאהס, יא אזוי ווי דו הערסט, ווען איך הער ביבער'ס שמיסן פארשטיי איך וואס זיי רעדן, ני בקיצור הער מיך אויף משוגע מאכן, אה דו גלייסט מיר נישט, ניין אבער לאמיך הערן די מעשה.

אזוי זייענדיג אינעם וואלד האב איך פערצופאל דורך שפאצירט א משפחה פון ביבערלעך, גרעסערע און קלענערע, און איך הער ווי זיי שמיעסן צווישן זיך א העיפליכע שמיעס, ני איך פארשטיי דאך וואס זיי רעדן, נייג איך צי אויער, און נישט צים גלייבן וואס זיי שמיעסן, זאג שוין, גיט, זיי שמיעסן אז קרויס האט א נייע שיפמענט.

ווי א באמבע, איך בין דאך זיכער אז זיי ווילן מיך צירייסן, ווייל מיר קוילען דאך אויס אזויפיל ביבער'ס פאר יעדע שטריימל ווערן דאך אן א שיעור ג'הרג'ט, און זייערע שווענץ אראפ געפליקט, יא איר הערט גיט, זיי זענען אזוי פריילעך אז זיי זענען א חלק פינעם שטריימל, אז עס גייט זיי גארנישט אן, זיי ווילן זיך גלייך לאזן כאפן ווען זיי זעיען א קרויס נעץ, זיי וויינען ווי ביבער'ס נאר ווען זיי זעיען א נעץ פון א אנדערע שטריימל קאמפעני ווי די שטריימל צענטער אדער מילער'ס, וכומר.

איר קענט מיר איבער ווייזן עפעס א צייכן צי די ווארהייט פון אייערע רייד, יאפ איך האב געוויסט אז איר וועט מיר נישט גלייבן, האב איך געכאפט א בילד פון די גאנצע משפחה, ווען איך האב זיי געזאגט אז איך גיי פארציילן אייער לאקאציע נאר פאר קרויס, האבן זיי ניטאמאל געשטעלט סיי וועלכע ווידערשטאנד, זיי זענען גלייך ארויס און א טאנץ, און געבעיטן אז פארן שכר פון ווייזער ווי זיי זענען וויל די ביבער זיין א חלק פונעם קרוין פונעם שטריימעל, נישט עפעס א מינדערוויכטיגע חלק, זאג איך איר אז דאס קען מען נאר טיען אויב מען איז א ווערטפולע שוואנץ, אדער א באבעווער וואס איז נישט מקפיד אויף א קרוין, דע ביבער וויינט ווי א ביבער, אז זיי היטן אזוי שטארק אויף זייער שוואנץ פיל מער ווי די שווארץ קאפל, ווייל זיי לעכצען אזוי שטארק שוין צי זיין אינעם נייעם שיפמענט.

דער איד וויל שוין גיין ווייטער, אבער ער הערט ווי איין עלטערע פארשטענדליכע ביבער האט נאך עפעס וואס צו זאגן, ער גייט צו צים עלטערן ביבער און פרעיגט אים למה פניך זועפים היום, זאגט אים דער ביבער עלסטער, הער מיך אויס, מיר ווילן דו זאלסט האלטן אינזער שמיעס און געהיים, ווייל מיר וואלטן וועין קיין מאל נישט געוואלט אז דער שמיעס זאל ארויס, דאס איז דאך א גרויסער סוד, וואס איז די גרויסע סוד, ווייל אויב וועלן די שטריימעל אידן נאך געוואויער ווערן אז מיר זענען מער פאר קרויס, מיר זענען איינזייטיג, וועט דער עולם געפערליך נאך לויפן דעם נייעם שיפמענט, אקעי זיי נישט געזארגט מר. ביבער זיידע, איך וועל עס נאר פארציילן אז דאס איז געוועין א שמיעס וואס איז פארגעקומען און גרויס געהיימניס, דער נערישע ביבער האט זיך באריאיגט, זעיט אויס אז ביבער'ס זענען נישט אויסגעצייכענטע חכמים, אבער מר. קרויס איך בעיט דיר זאג עס נישט איבער און מיין נאמען פאר קיינעם, אקעי איך וועל נאר ווייזען די בילד, אן קיין שום נאמען, אקעי ביי, הצלחה רבה.

איך פראביר ארויף לייגען דעים בילד ווי די ביבער'ס שמיעסן, אבער איך האב קאמפליקאציעס, מען ברויך דעים בילד פארקלענערן לכאורה, די בילד איז נישט מרוצה, און מיר ווייסן נישט וויזוי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר