בלאט 1 פון 1

אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:23 pm
דורך המלוכה והממשלה
רבותי יעצט איז די צייט אויסצושרייען א וויי געשריי און נישט ווארטען ביז עס גייט אוט אף קאנטראל. היינט איז דא פארגעקומען א מיאוס'ע פרשה וואס מ'האט זיך גענומען איבער די ביינער פון א אשכול סתם ווייל אזוי האט זיך פארשמעקט פאר א מנהל פון די נייע מנהלים. קודם כל האט מען פארשפארט די באלערענדע אשכול פון [tag]גנדי[/tag] ווי ער האט געשריבן באופן לצנותא דע"ז איבער די "תקנות" פון מוסדות. נאך א קורצע וויילע איז די גאנצע אשכול פארשווינדען געווארן.

דערווייל האט קיין איין מנהל נאך נישט גענומען די מיה מסיבר צו זיין וואס דא גייט פאר , און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל דא איינפירן שאריא געזעץ ווי אין אייוועלט. אונז זענען דא אין קאווע שטיבעל ווייל די פרייע ווארט איז אונז טייער!!! מעקערייען און פארשפארערייען באלאנגען אין אייוועלט. יא , אויב ס'איז קעגן די תורה פארשטייט יעדער אז מ'דארף מעקן , אבער אזא זאך וואס מ'ברענגט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע די חינוך פון אונזערע קינדער איז א עזות און חוצפה צו פארמעקן.

אויב די נייע מנהלים זענען אימפארטירט פון אייוועלט זאלן זיי וויסן אז דא איז "קאווע שטיבל"!!! דא לאזט מען יעדעם רעדן ווילאנג עס איז נישט כנגד התורה!! מ'קען נישט דא פירן אזא ווערטשאפט.