בלאט 2 פון 7

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:11 pm
דורך טאמבל סאס
זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:14 pm
דורך יתרו
קען זיין אז די הנהלת מוסדות פון אסף המזכיר און באריסטא (ער האט נאך קינדער אינדערהיים?) זענען דערגאנגען אספ המזכיר און באריסטרס אידענטיטעט און שאטאנזירט אויב נעמט מען נישט אראפ דעם אשכול וועלן די קינדערלעך זייערע בלייבן אינדערהיים.

ווי איז דער חתן ? ווי איז גאנדי ?

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:15 pm
דורך יתרו
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
עס איז נאך אלס בעסער ווי ווען מ'וואלט געדארפט שרייבן אן אשכול: ''קרעטשמע עליך, קאווע שטיבל!!''...
אבי ס'לעבט זיך דא.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:19 pm
דורך ידען
יתרו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני

ער זאגט טאקע אז סיז גיט..

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:20 pm
דורך טאמבל סאס
אויב זאל אייוועלט אויפהערן מעקן זייערע אשכולות לכבוד אפריל דעם פערטן, אדער קאווע זאל אויפהערן, אויף א טאג, מעקן די אומצאליגע אשכולות וואס די פריש געקומענע בעיבעלעך עפענען תיכף ביים אנטדעקן דעם סייט - וואלט עס געווען א גוטמוטיגער וויץ.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:24 pm
דורך נהורא נפישא
אפשר קען ער פרובירן דאס נאכאמאל ארויפצולייגן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:25 pm
דורך ידען
איך ווייס נישט וואס סיז געוועהן און געשעהן דא אבער ווען איך בין אמאהל געוועהן פון די אחראים האט מען זייער אכטונג געגעבען פאר מע האט געמעקט.

יעדע מאהל מע האט געטראכט צו מעקען האט מען זייער גערעכענט מיט די געפיהלען פון די שרייבער.

איך בין זעכער אז די פאליסי האט זיך נישט געטוישט.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:28 pm
דורך איך אויך
יאפס אזוי ווי כ'האב געקלערט האב איך יעצט באקומען א ווארענונג פון די הנהלה וועגן מיין שרייבן אין דעם אשכול (דער ווארענער לאזט מיר נישט זאגן זיין נאמען ווייל לדעתו הייסט עס א 'פערסאנעל אטאקע' גאו פיגער!)

אויב איך בין נישט דא די נעקסטע פאר טאג זאלט איר וויסן אז מען האט מיר אויסגעשפארט פארען זיין דער נער און זאגען דעם אמת וואס פילע ניקס שפירן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:11 pm
דורך פלאוויוס
טיערער @איך אויך, פארוואס מאכסטו סתם א בלבול? דער ווארענער לאזט אודאי יא זאגן זיין נאמען, ווייל ער האט נישט קיין שום אינטערעסע זיך צו באהאלטן הינטער א וואנט.

איך מוז זיין אויפריכטיג אז כ'האב נישט געזען דעם אשכול פון גנדי, ממילא קען איך נישט אריינרעדן אין דער עצם סומאטוכע וואס דא גייט פאר. איך פארשטיי דעם ווייטאג פונעם עולם און הלואי ווען איך וואלט געקענט העלפן. אין דעם פאל פון @איך אויך האב איך נאר געווארנט קעגן דעם וואס ס'איז באנוצט געווארן א ווילדע שפראך קעגן א ספעציפישן מנהל. איך האב עס פארשטאנען מער ווי א פערזענליכע אטאקע ווי איידער א געזונטע קריטיק. בין איך נישט גערעכט?

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:13 pm
דורך יידל
איי קאל בולשיט, איך אויך. זאג'זשע שיין, ווער איז געווען דער הנהלה וועלכע האט דיר געסטראשעט? עלי ועל צווארי.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:14 pm
דורך יידל
אה, זעסטו טרם נקראתי, נענתי. דער ווארענער לאזט יא זאגן.

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:20 pm
דורך שמערל
העי, פארדרייטס נישט דעם שמועס, וואס איז מיטן ארעסטירן אונזער פרידליכער גאהנדי

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:26 pm
דורך המלוכה והממשלה
איך אויך האט געשריבן:וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' לויט מיין ערפארונג) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).

אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.

איי עם נאט יאר פרענד ענד דאונט אינסאלט מי. די האסט די חוצפה צו האבן טענות אז די מנהלים מעקן דיר אמאל. אויף מיר איז א ווינדער אז מ'טאלערירט דיר נאך דא. זיין שמיציגע גרויליגע שפראך פאר יעדער וואס גייט נישט אין דיין שפאן איז אן עקעל און קעגן אלע תקנות פון דעם פלאץ. כ'ווייס נישט וואס די מנהלים האבן אזוי "חוטא געווען" פאר דיר , אבער די פאקט אז די דרייסט דיך נאך דא כאילו לא היה איז עפעס וואס איך קען נישט חלום'ען אז סיי וועלעכע אנדערע פארום -אידישע צו גוי'אישע - וואלט צוגעלאזט. סיי ווי ערגעץ אנדערש -און איך רעד נישט פון אייוועלט, נאר אפילו פון סתם פארומס ווי רעדדיט- וואלסטו שוין אויסגעשפארט געווארן פאר אייביג לאנג לאנג צוריק.

איך שטוין פון דיין עזות זיך צו פארגלייכן צו ראובן און בענדזשעמין פרענקלין. צוויי ניקס וואס האבן א חלק אין מאכן דעם שטיבל די הערליכע מקום וואס עס איז. צוויי ניקס וואס בויען די פלאץ וואס מאכן אז עס זאל זיין ווערד דא צו זיין. איך געדענק נישט אז די צוויי זאלן אפילו איין מאל שרייבן עפעס וואס איז קעגן די תקנות דא , און אפילו אויב יא האסטו די חוצפה צו האבן טענות אז די הנהלה איז מער גרייט צו פארקוקן פאר זיי ווי פאר דיר???!!! די גרוילסט אן קאווע שטיבעל , די מיט צוויי דריי ניקס וואס זענען ענדליך צו דיר (לאו דווקא מיט די זעלבע שיטות) זענען א סיבה אז מענטשען זאלן אוועקגיין פון דא. האסטו די חוצפה זיך צו פארגלייכן צו מענטשן וואס שענקען אונז פון זייערע כוחות און טאלאנטען און בויען קאווע שטיבעל?!
שעם דיך!!

דאס נעמט נישט אוועק פון די יעצטיגע חוצפה אז מ'האט אוועקגענומען גנדי'ס אשכול. איך אליין בין אביסעל צו שטארק צעווילדעוועט געווארן ווען באמת בין איך זיכער אז ס'איז דא כאטש א האלב נארמאלע סיבה, אבער דיינע טענות זענען נאר א תוצאה פון דיין קראנקען מח.

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:32 pm
דורך שמערל
And guess what, probably וועט המלוכה'ס תגובה געמעקט ווערן פארן אטאקירן א צווייטע ניק...

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:35 pm
דורך איך אויך
פיין אזוי ווי איך האב דאך אויך נישט וואס צו באהאלטן ואדרבא מנאי וממכם יסתייא מען זאל קענען צוזאמען אויסארבייטן סאנדארטן.

די ווארענונג פון פלאוויאוס
פלאוויוס האט געשריבן:רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
אזהרה ניתנה בעיקבות הודעה ששלחת: viewtopic.php?f=4&p=260855#p260855.

אויב דו האסט א טענה קעגן א ניק זאג עס רואיג. איך וועל רעדאגירן דעם קליינעם חלק וואס איז פערזענליך.


מכוח דעם וואס ער האט אינגאנצן אויסגעמעקט קעלנער'ס (וואס רודפ'ט מיר שוין א לענגערע תקופה) נאמען האב איך פארשטאנען אז פלאוויאוס הגבאי וועט עס נעמען פערסענעל אויב איך שרייב ארויס שם הווארענער

מיין ענטפער

איך אויך האט געשריבן:סאו דיין ווארענונג הייסט נישט פערסאנעל אבער ווען איך שרייב דערפון ווערט עס פרסענאל ,א אינטרעסאנטע לאדשיק טו סעי די ליעסט.

ואגב ,איך האב געשריבן מיינע ווערטער זייער רוהיג.


זיין אגרת שניות
פלאוויוס האט געשריבן:אויב דו האלטסט אז קעלנער מעקט צופיל קענסטו שרייבן דיין קריטיק, אבער אנעם צולייגן אז ער איז א ........

מ'מעג קריטיזירן אויף א געזונטן אופן, נישט ווילד. ביסט נישט מסכים מיט מיר?


מיין צווייטע אישי

איך אויך האט געשריבן:במציאת איז ער א שרעקליכער ........ און דאס זאג איך לא מפי מלאך אלא פון מיין אייגענע עקספיריענס. און מיין לאדשיק זאגט אז אויב א חבר ההנהלה רודפט איינעם איז עס עניטיים נאך אזא 'פערסאנעל אטאקע' (און בעצם אסאך מער) ווי דאס ארויסשרייבן ברבים.

נו אויב אזוי שטעל צוריק זיין נאמען און נעם נאר ארויס דעם ......... חלק ,דאס איז דיר נישט איינגעפאלן?

א דערמאנונג
איך אויך האט געשריבן:איך ווארט נאך (כ'וועל נעמען א בענקל).


און זיין צופרידנשטעלנדער ענטפער

פלאוויוס האט געשריבן:איך האב צוריקגעלייגט דעם חלק וואס דו האסט געוואלט, אבער כ'האב געלאזט דעם שארפן חלק אינדרויסן. ביסטו צופרידן אזוי?

לכתחילה האב איך עס געוואלט לאזן פאר דיר איבערצושרייבן לויט דיין אייגענעם געשמאק. אויב דו האסט נאך עפעס הערות קענסטו אליין רעדאגירן דיין תגובה, כל זמן ס'איז מילד און אויסגעהאלטן.


פאר אדישאנעל דראמא נאט אייך א אישי פון אפטער רב (איך קען נישט ארויסשרייבן ברבים די הסבר הסיבה פאר זיין שנאה)

אפטעמיסט האט געשריבן:טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

איך אויך האט געשריבן:יאפס אזוי ווי כ'האב געקלערט האב איך יעצט באקומען א ווארענונג פון די הנהלה וועגן מיין שרייבן אין דעם אשכול (דער ווארענער לאזט מיר נישט זאגן זיין נאמען ווייל לדעתו הייסט עס א 'פערסאנעל אטאקע' גאו פיגער!)

אויב איך בין נישט דא די נעקסטע פאר טאג זאלט איר וויסן אז מען האט מיר אויסגעשפארט פארען זיין דער נער און זאגען דעם אמת וואס פילע ניקס שפירן.


איך מיין כקען זאגן בפה מלא אז מיום עמדי על דעתי האב איך נאכנישט אנגעטראפן אזא מפגר ווי דיר


און א בקשה פרטית מאחד מחשובי הניקס.


..... האט געשריבן:איך גיי בעטן א פאני זאך. דו ווייסט איך בעט קיינמאל נישט קיין לייקס, מיין שיטה איבער לייקס איז אנדערש ווי רוב חברה דא. אבער אויב וועט מיין תגובה באלייקט ווערן גענוג וועט עס שיקן א מעסעדזש.

איך קען נישט בעטן אנדערע, אבער דיר קען איך בעטן. דו האסט מיר געגעבן די קוראזש ארויסצושרייבן קעגן די באהערדע

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:38 pm
דורך petergrifin
אוקעי. רבותי איך פארשטײ ס׳איז פאר פסח דער עולם איז מיד און די װײב לאזט דיר נישט אפזיצן אויף קאװע שטיבל.
לעטס זשאסט טעיק עי קאפי ענד רילעקס.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:43 pm
דורך איך אויך
יע איך אגרי גאנץ זעלטן מיט המלוכה און לויט מיין פארשטאנד שטעלט ער אסאך מאל קריסטליכע און אנדערע געמויזעכטס וואס געהערן ענדערש אויפן קריסטליכע ק''ש און דעם רעפארמער ק''ש. אבער פונקט ווי ער האט רעכט צו האלטן אז דא איז די פלאץ דערפאר מעג איך האלטן אז עס פרחזרט ק''ש.

ב''ה איך האב גענוג אויפריכטיקייט אין מיר צו אויסדרוקען הסכמה און לייקן אפילו אזא איינער מיט וועם איך אגרי זעלטן (אינקלודינג אפטע).

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:44 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
יתרו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני

הע.. נחתם מעיד על עצמו ...

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:46 pm
דורך טאמבל סאס

ענדליך צו וואס המלוכה שרייבט...פוינט איז, ס'איז מיר א וואונדער מה לך ולקאווע שטיבל?

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:48 pm
דורך כוכב
:lol: :lol: :lol:
איך אויך יו מעיד מיי דעי.
איך וויל בעטן אלע גבאים אחראים סדרנים עסקנים יוצאים משרתיו ואשר משרתיו, ביטע נישט מעקן זיינע תגובות. ער איז מתוק מדבש מיט זיינע אילוזיעס און קאפריזן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:51 pm
דורך טאמבל סאס
אדער ברענגטס ארויס אלע געמעקטע תגובות זיינער פון מיסט קאנע. לאמיר אלע האבן א גוטן לאך.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:52 pm
דורך גאנצל
המלוכה דייו גאנצע אשכול קוקט שוין אויס אזוי ווי איי ווע חחחחחחח

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:55 pm
דורך איך אויך
שוין דער אשכול איז פארוואנדעלט געווארן אין א אנטי איך אויך פארמעסט ,אבער ב''ה איך קען נעמען די היץ (באצופאל האב איך סטרעפ/וויירוס און איך ברען מיט פיבער) און גז''י.

טאמבי (כהאב שוין מורא צו שרייבן ידידי) איך געב דיר רשות ארויסצושטעלן אונזער אונליין טשעט (שטייטזעך דארפסט אויסמעקן מיין אימעיל אדרעס) ווי דו האסט פראבירט כמה פעמים צו דערגיין ווער און וואס איך בין.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 pm
דורך חקרן
ווער האט אנגעהויבן? - ס'איז געשען ווען דער רבי איז ארויס פון קלאס און ער האט גע'... - ניין, ער האט קודם אנגעהויבן, ווייל ער האט געציפט, ווייל ער האט נישט געוואלט געבן ריסעס...

דער רבי אין חדר וואלט געזאגט: גייט'ס ביידע צוריק אויפן פלאץ...