שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1311 מאל

שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

אזויווי יעצט אויף די ארענע שטייט ווידעראמאל, במלוא בושתו וחרפתו, די טעמע פון צענזור דא אין שטיבל. האט איינער אין א שכינות'דיגע אשכול אויפגעברענגט א וויכטיגע פרט אין צענזור דא ביי אונז אין קאווע צימער, נעמליך דאס אומ'יושר'דיגע סעלעקציעס פון מבחין זיין בין בת לבת. איך אליינס בין אויך א קרבן פונעם רעכטס/לינקס סיסטעם, מיר האט מען אויך נישט לאנג צוריק פארפאטשקעט א בילד וואס זייער אסאך אנדערע ענדליכס צו דעם ליגן במנוחה נכונה אין אנדערע אשכולות אומבארירט. איך דארף קיינעם נישט פארציילן ווי דאס האט מיר געשמעקט. עפן איך דא אויף דעם אשכול וואס זאל דינען אונזערע חברים אחים לצרה וואס זענען דורך דאס זעלבע, ד"ה אז זייערס אן ארטיקל האט מען צענזורירט, פארשפארט, אפגעמעקט, פארשמירט, פארראכטן וכל מדוי מצרים הטובים העולה על רוחם של המעקערס היקרים פה קאווע-שטיבל הע"י.

איך בעט און איך אפעליר ווער נאך ס'איז אלץ אדורך אזא טריעטמענט זאל דא ארויספראקן דאס וואס מ'האט אים צענזורירט ברחל שוויגערך המלאה מיט א מראה מקום צו אן ענדליכע תגובה פון א צווייטן אין די זעלבע תקופה וואס מ'הט יא געלאזט כמות שהיא וירא הקהל

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר