אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג

שליחה דורך אפטעמיסט »

אפאר נישטיגע ווערטער, טאקע בלויזע אלפעבעטן, אבער מאכטפול ווי אטאמישע וואפן. אכט טריקענע — לכאורה אומוויכטיגע — ווערטער, האט געפירט צו איינע פון די ווילסטע ריאאטן וואס דער ווירטואלער וועלט האט אמאל געזען. א בלאסן מאנטאג, א טאג וואס האט זיך אנגעהויבן ווי א פשוט'ן גרינעם טאג אין וואך איז פארוואנדעלט געווארן אין א שטורעמישער טאטאלער כאאס. א טאג וואס האט געטוישט דעם ווירטואלן וועלט אויף אייביג.

"דער אשכול איז דערווייל פארשלאסן פאר פרישע תגובות" האט זיך געלייענט דעם אומפארשטענדליכן הודעה פון דעם קוים געקרוינטען עסקן , אסף המזכיר. אסף, א חאניאקיש יונגערמאן, האט באלד ביים אנהייב פון זיין קאדענציע נישט נושא חן געווען ביי די זקנים אין קאווע הויז. אנדערש ווי זיינע קאלעגעס סדרן און סארווירער איז אסף געווען אזא איינגעמאכטער מיט א הויקער, אזא סארט וואס כאפט שריים און לערענט ייטב לב. אבער בלית ברירה האט מען זיך געווישט די נאז און מקבל מרות געווען.

אבער דאן איז געקומען די באמבע.

אסף, אנטשטאט בלייבן אין צימעס, האט אזוי בלא יודעים אריינשפאצירט אין היכל. ער איז דא!
ר' גנדי, איינער פון די אלטע גווארדיע אין קאווע צימער, א איד וואס האט זיך איינגעהאדעלט א רעפאטאציע אלס לוחם מלחמת השם און אויסגעשפראכענער לוחם קעגן סיי וואספארא נייע מנהגים אשר לא שערום אבותינו, א איד וואס האט שוין ארויסגעגעבן מערערע חלקים אשכולות וואס זענען צעשפרייט געווארן אויף ד' חלקי סאציאלע מידיע און וואטסעפפ כן יעזור השם הלאה, אט דער רבי ר' גנדי איז פונקט געשטאנען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע מאמענט, און געוואלד! אסף, מיינענדיג ער שטייט אויף די פארענטשעס, האט געגעבן א שטיפ!


המלוכה והממשלה, א מיטל-יעריגער איד א מגולח, איז געקומען רייטן אויף אלע פיר. נישט געווארט פאר קיין כבוד און מקיים געווען דעם פסוק אין חרדשיהו (א, ג ) "אם כאב צועקים, אמר ה' צבאות", און פון דארט ביז א רעוואלוציע איז נישט געווען קיין וועג.

ווען ר' איך אויך, א מער רואיגער בעלבאתישער טיפ, האט געוויזן זיין אנטשלאסענקייט צו קעמפן מיט אונז רעבעלן, זענען מיר געווארן פארזיכערט אז אסף וועט שוין נישט ארויסגיין קיין לעבעדיגער.

רבותי, אצינד האלט מען ביי די ווענדונג פונקט. לאמיר נישט אויפגעבן! מ'ווארט נאר איינער זאל זיך אונטערצינדן און דעמאלט זענען מיר א געהאלפענער! לאמיר גיין ביז בלוט, ביז'ן טויט! גיוואאלד!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר