איך נעם זיך אן פאר אסף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

איך נעם זיך אן פאר אסף!

שליחה דורך חקרן »

צי אסף האט יא גוט געטאן אדער נישט, איז א נושא וואס מען קען דעבאטירן (אמער, סוף כל סוף ברענגט ער דאך א ייטב לב...), אבער די חוצפה פון חברי השטיבל, צו אטאקירן אזא גבאי ווי אסף, בלויז דערפאר וואס ער איז א נייער, דאס איז אומדערהערבאר. פיל שרייבער האבן נישט צוריקגעהאלטן דעם אנטיסעמיזם, שרייבנדיג מיט בייסיגע שורות, כאילו, דער נייער גרינער וואס איז קוים אין אמט וכו'... אזעלכע לשונות טארן נישט טאלערירט ווערן דא ביי אונז.

יעדער דא האט מיטגעהאלטן ווי אזוי 'איך אויך' האט פארפירט, זעענדיג אין דעם ייטב לב סאמעטוכע אן עולה קעגן די נידעריגערע עליטע פון שרייבער, אז מען דיסקרימענירט קעגן זיי (טייל האבן דאס געשריגן קעגן דער מנשה לוסטיג סאמעטוכע). פונקט דאס זעלבע שפילט זיך יעצט אפ, גיב אים א שאנס, ער איז ניי? - יא, ער איז! נו, איז וואס?! - וועט ער זיך דערלערנען מיט די צייט. אבער אטאקירן א גבאי בלויז דערפאר ווייל ער איז ניי, איז אן אומדערהערבארע פארברעך. וואס האסטו געוואלט, אז דעם ערשטן טאג וואס ער ווערט גבאי זאל ער שוין זיין אלט? - כ'מיין, טראכט אביסל...

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר