קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]דערווייל ווייסט נאך קיינער וואס איז די מעשה וואס מען פויקט שוין דא צוויי טעג, אלץ איינער פון די איינציגסטע וואס זייער נאמן איז באוווסט הערט מיין טעלעפאן נישט אן צו באזען מיט הודעות און אישיס און וואצאפס און הענגאוטס ווי מען פרעגט מיר אן וואס טוהט זיך מיט דער קאווע שטיבל, ענטפערן ענטפער איך כרצון איש ואיש, אבער אין אמת'ן ווייס איך בערך וואס א צווייטער ווייסט, דאס איז איינמאל קלאר אז די זאך איז נישט כפשוטו איך נוץ נאר מיין שכל עס איז מיר איינגעפאלן כמה טעאריעס וואס טוהט זיך דא. וויל איך מיטטיילען מיט דער עולם עטליכע פון מיינע טעאריעס, תן לחכם ויחכם עוד.

דער גילוי טעאריע

ווי באקאנט איז געווען אין שטיבל לעצטנס עטליכע ערנסטע שמועסן איבער די מעלות און חסרונות פון זיך באהאלטען אונטער ניקים, ווי עס זענען ארויסגעברענגט געווארען שטארקע סברות אז אפשר לוינט זיך נישט די גאנצער שפיל. געוויסע אזוינע וואס זייער גאנצער חיות איז פון קענען שפילן טויזנט פרצופים מיט צוויי טויזנט ניקים האבען זיך געשפירט זייער באדראעט, וואס וועט דא זיין, עס קען גאר זיין עס וועט געלונגען דער עולם וועט זיך מגלה זיין און שרייבן מיטן נאמן ווי נארמאלע מענטשען.

איר דארפט פארשטיין, דער גאנצער מהלך פון ניקים איז בעצם אליינס א קאנספיראציע. די מוסדות און משתלטים על הציבור ווייסען אז א גרויסער עולם האט טענות אויף זייערע שטותים, און ווייסען אז טאמער וועלן עטליכע צענדליגע אדער הונדרעטער מענטשען ארויסגעבן זייער מחאה, וועלן זיי נישט קענען בכלל ממשיך זיין מיט די טעראר. איז געזעצן די גדולי העסקנים והחכמים ביי א מיטינג און אויסגעטראכט א געניאלער פלאן. מען וועט עפענען א פורום, ווי מען וועט אוועקשטעלן כלומרשט אלס די אויבער חכמים און די וואס האבען טענות, אבער מען וועט לייגען אלץ א גרויסער יסוד אז דאס איז ממש א סכנה מען זאל שרייבן די נאמען און מען מוז זיך באהאלטען און גילוי איז די גרעסטע עבירה פון די תורה. אזוי וועלן די קאמפלעינערס זיך ארויסגעבן דא, אבער עס וועט גארנישט קענען אויפטוהן ווייל זיי אליינס האבן מורא צו רעדן.

דריי יאר האט דער פלאן געארבעט געשמירט, ויהי היום און דער לעיקוואד האט מחליט געווען גענוג ער גייט דערציילן זיין נאמען. נאך עטליכע ניקים האבען מיטגעשטימט עכ"פ אין טעאריע און די העדקווארטערס פון טעג און די מוסדות האט געהערשט א ציטערניש. וואס טוהט מען דא. נאך אביסעל איז מען מגלה עס איז פארהאן היימישע חסידישע אינגעלייט פון די בעסטע שטובער וואס פארשטיין אז מיר זענען עוסק און שטותים און טעראר אין די וועלט אריין.

ויאמר ממוכן לפני המלך והשרים ער האט א מורא'דיגע פלאן. מען וועט מאכען נייע גבאים, זיי קענען דאך זיי זענען די אריגענעלע גבאים. מען וועט אנשטעלן א גאנצער שפיל אריינלייגען דער עולם אין סוספענס וואס טוהט זיך דא. צוביסלאך וועט מען לאזן ארויסרינען וארט אז מען סטראשעט די מנהלים פון סייט פארוואס זיי לייגן אזוינע דברי ביקורת. וועט דאך יעדער זאגן נו זעהט איר דער לעיקוואד איז נישט גערעכט געווען, עס איז ממש א סכנה ווער ווייסט וואס קען געשעהן. קוקטס ווי איין מנהל אפילו אן מען זאל וויסען ווער עס איז אטאקירט מען. אזוי האפן זיי אראפנעמן דער חשש אז דער גילוי וועט חרוב מאכן זייער גאנצער פלאן.


דער מילקשעיק טעאריע

אנדערע האבען מיר געטענה'ט אז דאס האט גאר מיט דער באוווסטער מילקשעיקער פאליטיק, עפעס האט גנדי מרמז געווען קעגן איין צד אין די מחלוקה, האבען די גבאים פון מילקשעיק אנגעקלונגען מיט גרויס כעס אז זיי ווילן אויסגיסען אלע מילך עס זאל נישט זיין קיין פלאץ פאר קאווע. איך האב מיך אבער מקבל געווען נישט צו נעמען קיין צד אין פאליטיק האב איך נישט קיין קאמענט אויף דעם.

איך האב נאך אפאר טעאריעס געהערט איך וויל אבער הערן וואס דער עולם קלערט.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר