אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

יא חברי השטיבל! יצא המרצע מן השוק...

מיט די פאלגענדע שורות קומט צו אן ענדע דער סומאטוכע וואס האט זיך דא אנגעהויבן אויסשפילן אין פארברייטונג לכבוד המאורע הנקרא "אפריל דער ערשטער" (למספרם), אין סאמע בלויזנדן עלטער פון דריי קורצע טעג ע"ה, און בעפאר איר ריכטיגע צייט ל"ע.

ומעשה שהיה כך היה:

ווי ס'איז אייך וואויל באקאנט, איז קאווע שטיבל דער מקום וואו חברים מקשיבים קומען זיך אויסצודרוקן און נהנה זיין מזיום של אחים לדעה, זה בכה וזה בכה, בצוותא חדא, והצד השווה שבהם אז ס׳איז א בחינה פון להחיות בהם נפש כל חי.

איז ביי עבדכם הנאמן אויפגעקומען א פארשלאג אהערצושטעלן א שטיקל פורים שפיל לכבוד אד"ע, אבער היות דער צינישער ראדאר איז גאר סענסיטיוו ביי רוב חברי השטיבל איז לכתחילה געווען אין פלאן ארויסצוקומען מיט א פארצווייגטע קאנספיראציע שיש בו כדי הפחדה און עס האט האט געזאלט אריין גיין אין קראפט מבעוד מועד, ווייל בו ביום וואלט דאך קיינער נישט געקויפט לאקשן שעבר עליו החג.

דער פלאן האט קורם געווען עור וגידין, און בעצה אחת מיט די הנהלה האט זיך געמאכט א געלעגנהייט ווען חבר השטיבל [tag]גנדי[/tag] האט אפגעשריבן א געלונגענעם ארטיקל בשם "הצעות פאר תקנות המוסדות" אינעם אכשר דרא אשכול וואס מען האט דאן אפגעטיילט אלץ אן אשכול בפני עצמו. דער נייער געטרייער מנהל [tag]אסף המזכיר[/tag] האט גענומען אויף זיך די מיה, וברשותו והסכמתו של חברינו גנדי איז דער אשכול פארשלאסן געווארן.

ווי ערווארטעט, איז געווארן א ויצעקו, אבער אנדערש ווי געפלאנט האט עס דער עולם גענומען צו ערנסט, אזש ביז מאנכע האבן געשפירט אז עולמם חשך בעדם: הלמאי? מען מעקט אן קיין חשבון און מען טרעט אויפן קרוין פון דעמאקראטיע?

שטילערהייט, צווישן די טראפן האט זיך אסף המזכיר צוריק אריינגעכאפט מיט א ייטב לב אונטערן ארעם און פרובירט א לייכטערן אופן, אבער דא האבן זיך ארויף געסמאקעוועט אויף אים די געטרייע קאווע שטיבל אויבער-חכמים וואס זענען עומד הכן על המשמר תמיד און אים כמעט צוריסן לעבעדיגערהייט.

דער קול פון ליצנות האט דערגרייכט עד לב השמים! צאללאזע תגובות און נייע אשכולות האבן ארויסגעשפראצט מכל קצוי השטיבל, די וואס האבן פארפאסט די ערשטע שלבי המערכה און האבן אריינשפאצירט אינדערמיט זענען צוטומעלט געווארן פונעם איבערקערעניש און האבן קוים באוויזן זיך צו כאפן דעם אטעם מרוב עונג ואמיץ כח.

בכדי צוריק צושטעלן א באלאנס האט מען דאן פרובירט צוריקצודרייען דאס רעדל דורך זריקת המרה כדי צו באהערשן די ציניקער, ס'האט זיך אבער אנטוויקלט אן ערנסטער חשש פון צער בעלי חיים, חברים פון שטיבל האבן זיך אנגעהויבן ארומצודרייען מיט פארזויערטע געמיטער מיטן זארג אז אולי ואולי יש דברים בגו חס ושלום, און דער עגמת נפש איז געווארן ממש קרוב לאמת.

די מנהלים און אחראים זענען געווארן פארפלייצט מיט ווענדונגען באישית ובג׳'טאלק ממש יומם ולילה, דער אומגעהויערער דרוק האט גורם געווען מען זאל נישט קענען אנגיין מיטן געהעריגן סדר היום, און ס'האט אויך ארויסגעוויזן אויף ווי ווייט בלויז א חשש טוט אפעקטירן דעם עולם.

דא האט מען שוין נישט געקענט מער ווייטער אנגיין מיטן פלאן, ויהי כחצות, מוז דא ווערן אויסגערופען בשער בת רבים:
נס להתלוצץ, עליך קאווע שטיבל!

אין כאן לא גילוי ולא טעראר, לא מחיקה ולא צענזור, לא מיני' ולא מקצתי'. אבל יש כאן חברים פקחים ונבונים, ויש כאן הנהלה מסורים בלב ונפש. זאל דער קאפיטל פונעם אומגעלונגענעם סאמוטאכע פארשריבן ווערן לאות ולזכר, דער גייסט פון קאווע שטיבל איז נישט מעגליך צו ברעכן!

וביליכ"ל, והעיר קאווע שטיבל צהלה ושמחה!
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר