יישר כח ר' כוכב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

יישר כח ר' כוכב

שליחה דורך נתן מנחם »

רבותי! אונז מיזען אויפקומען מיט א שיינע באלוין פאר אונזער חבר ר' כוכב. א איד וואס איז זיך ממש מוסר נפש בכל נפשו ומאודו פאר כלל ישראל, אין די סאמע שווערסטע סעזאן פון די יאר. א צייט וואס אפילו די פוילסטער פון אונז ברויכען פסח'דיג מאכען לכל הפחות די ספרים שאנק. גיבט ער זיך אוועק שעות על גבי שעות אונז צו דערלאנגען א הערליכע מעשה חושב פון די שיינע ליין מאטריאל "פה-סח" לכבוד יום טוב.

יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח בגלוי
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח באישי
יא יעדע וועט איהם געבען א לייק

אבער דאס טוט מען דאך יעדע שני וחמישי ווען איינער שרייבט א שיינע ארטיקעל אדער איינער שרייבט גוטע תקנות פאר די מנהלי המוסדות. אונז מיזען טראכטען פון עפעס עקסעפשינאל!
א פופציג דאלערדיגע עמעזאן קארד איז נישט די ענטפער. איהם באקרוינען מיט ווערען א מנהל, איז אויך א שוואכע מעשה, נאכדערצו דער עולם ערהוילט זיך נאך פון די "נייע מנהל עקספיריענס" :D.

וואס קען מען טוהן עפעס איהם צו באלוינען בבחינת "ככה יעשה לאיש" ?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר