געט אכטונג, אינספעקטארס טיילן טיקעטס אין גראסעריס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

געט אכטונג, אינספעקטארס טיילן טיקעטס אין גראסעריס

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

גארנישט איז מאדנע ווען די שטאט זוכט צו מאכן געלט, אבער דאס איז שוין א בריסקע חידוש אין אינטימידעשען און עס האט געפירט צו עטליכע ווייאלעשען טיקעטס פאר עסן געשעפטן און אויך א קורצן ארעסט. די טרוקענע נייעס און פאקטן לויטעט אז די HRA היומען ריסארסעס אדמין האבן ארומגעשיקט פארשטעלטע קאסטומערס וואס האבן איינגעהאנדעלט די פערטיגע צען ברעקלעך וואס מ'קען אין די צייט קויפן אין יעדן גראסערי, זיי האבן באצאלט מיט פוד סטעמפס און דער קעשיער האט עס אנגענומען. די אגענטן האבן אויפן פלאץ אויסגעשריבן $500 טיקעטן פאר זיי אלע.

איז אזוי, ערשטענס, ווער איז דער מסור וואס איז זיי געגאנגען אויסזאגן פון דעם ריטואל בדיקת חמץ אז די באאמטע זאלן האבן די מינדעסטע השגה איבער די ברעקלעך אז ס'נישט געמאכט צום עסן?
צווייטענס, דארף טאקע א געשעפט פארוואלטער וויסן יעדע צודרייטע רול? עסן איז עסן איז עסן. און אז איך קויף פוטער צו שמירן אויף א וואונד וואס איז די הלכה דאן? אפשר זאל איך מעגן סווייפן די מעדיקעיד קארד דעמאלט?

עניוועי די פאליטישאנס זענען שוין פארמישט און זיי פלאנען א מיטינג מיט די HRA מארגן. דערווייל בעט שמחה פעלדער און סטיוו לעווין די געשעפט לייט, אז מ'זאל נישט באצאלן די טיקעטס און נישט פארקויפן צען ברעקלעך פאר א פארדעכטיגטן.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר