געמבלינג אין קעטסקילס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

געמבלינג אין קעטסקילס

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:39 am

קיין אנדערע אידישע צייטונג איז נישט אזוי ביזי מיט די קאסינאס וואס מע וויל אויפשטעלן אין מאנטיסעלא אדער אנדערע פלעצער אין די קאנטרי געגענט.

די וואך שרייבט ער אבער אינטערעסאנטע זאך וואס איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס. זיינע ווערטער:

עס איז גענוג ביטער דאס ביסל געמבלינג וואס מהאט יא איינגעשטעלט אין מאנטיסעלא, וואס עס האט שוין אפגעקאסטנזייער אסאך פארן ערליכן ציבור, אבער עס וואלט נאך געקענט פיל ערגער זיין...

איינער ווייסט וואס סע האט שוין אפגעקאסט פארן ציבור?

אפשר מיינט ער מיינע פאר דאלער וואס האט מיך אפגעקאסט דארטן? :אומגלויבליך: :געוואלד: :דמיונות: :דמיונות: :שלום: :ניגון: :לאךהויך: :געוואלדיג:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:52 pm

פארגעסן צו שרייבן וועלעכע צייטונג.

צייטונג סתם איז די צייטונג.

קרעדיט: גדעון
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

הודעהדורך ניו יארק » דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:00 pm

זעסטע? איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס איז שוין דא עפעס אין מאנטיסעלא, מיר ווינדערט נאר פארוואס ער גיט זיי אזא בחינם אדווערטייזמענט?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך kitov » דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:42 pm

Just wondering how many of you guys are Gamblers?
kitov
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:23 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך אברעמעל » מאנטאג יוני 18, 2012 10:37 am

kitov האט געשריבן:Just wondering how many of you guys are Gamblers?

דזשאסט וואנדערינג וויפיל ווייסן בכלל וואס געמבלען מיינט..
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מאנטאג יוני 18, 2012 12:10 pm

נישט מיך.
איך בין איינמאל געוועהן אין א קאסינא (אין נייעגרע פאלס) און איך האב מיר ארומגעדרייט דארט ווי א צודרייטער, נישט געהאט קיין אנונג וואס צו טוהן!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

קאסינאס אין ניו יארק

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:35 am

לעצטע וואך, איין אווענט בשעת איך האב געגעסן נאכטמאל, האט די טעלעפאן זיך צוקלינגען. איך האב אויפגעהויבן דאס טרייבל, און יענער, אויף די אנדערע זייט פרעגט מיר: do you have afew minutes? I want to ask you a few questions regarding the upcoming elections.
זייענדיג א גוטע בטבע, און האבענדיג עטליכע פרייע מינוטן, האב איך גענטפערט יא. ער האט זיך גענומען פרעגן פאר בערך 20 מינוט, און איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן. אזויפיל צייט האב איך שוין נישט.
אבער איינער פון די שאלות וואס ער האט מיר פארגעליינט, איז געווען 'צו איך גיי שטימען אז קאסינאס זאלן ווער לעגאל אין ניו יארק, צו נישט. איך האב עם גענטפערט יא, פשוט ווייל איך האב געמאכט אזא חשבון:
די גוטע זייט דערפון איז, אז די שטאט וועט איינקאסירן אסאך געלט, און מילא וועלן די טעקסעס אראפגיין. יעצט וועלן געוויסע זאגן אז עס וועט קאליע מאכן פאר געוויסע מענטשן. נו, זאג איך, בלייבטס זומער אין שטאט. מען האלט און איין קאמפלעינן אז מען מוז פארן אין קאנטרי ווייל יעדער פארט, און עס קאסט אן געלט וואס מען האט נישט. שוין, יעצט האט מען א תירוץ צו בלייבן אינדערהיים.
מצד השני, מיינט עס אז אין די סיטי וועט אויך זיין קאסינאס. איז ווייס איך נישט וואס צו זאגן וועגן דעם.

איינער קען מיר העלפן?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:10 am

ביסט גוטהרציג און נאאיוו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2534 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:15 am

היינט זאגט מען שוין נישט בלייב אין שטאט; מ'זאגט בלייב אין קאנטרי א גאנץ יאר.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:33 am

איך אויך האט געשריבן:ביסט גוטהרציג און נאאיוו.


Explain please
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:49 am

ישיבה ווארלד ניוס טענה'ט אז די אהרונים שטיצען די קאסינא'ס. וואס איז פשט?
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... iryas+Yoel)+Approves+Of+Gambling+In+Sullivan+County.html
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:51 am

גוטהאטהארציג זאגסטו דאך אליינס ,נאאיוו ביסטו אז דו גלייבסט אז טעקסעס וועלו אויף סיי וועלכן אופן אמאל אראפגיין און ווייל דו גלייבסט אז די קאסינאס ווען גורם זיין דער עולם זאל נישט גיין אין גלות מרצון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2534 מאל

הודעהדורך פיש זאפט » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:31 pm

אויב עס גייט אריבער די גזעץ
וועלן די עסקנים ארבעטן צו מאכעכן באזונדערע מענער שעות און באזונדערע פרויען שעות
איך האב א מיינאנג און דו האסט איז וואס?
פיש זאפט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:16 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:58 pm

וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך מ גפני » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:22 pm

שלום עליכם הרב פיש זאפט, זענט איר אפשר משפחה מיט אונזער בע'טעמ'טן "געפילטע פיש"? ענק קאכן זיך אינעם זעלבן טאפ חחח....
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:43 pm

מיר האבן אויך געהאט א ניק "ביינער פיש" - ער איז שוין לאנג פארשוואונדן פון האריזאנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:39 am

דאס איז א שאלה וועלכע איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן, און איך וואלט געוואלט דאס אויסשמועסן דא אביסל.

אויבן אויף קוקט מיר אויס די צדדים אזוי:

אויב גייט דאס יא אדורך (און איך רעד יעצט פון די קעטסקילס), גייט די גאנצע קאנטרי געגענט ווערן אויפגעארבעט, די ריעל עסטעיט גייט ארויפגיין גאר הויך, ספעציעל אין די געגענט ארום די קאסינאס, דאס מיינט אז אלע אידן וועלכע האבן פראפערטי אין די געגענט קענען שטארק נתעשר ווערן, צו דורך פארקויפן דעם פראפערטי פאר דעוועלאפערס, צו דורך עס אליינס דעוועלאפן, צוליב דעם אנלויף פון מענטשן וועט זיין אסאך געלעגענהייטן פאר ביזנעס און פרנסה דארט אין די געגענט, אזוי אז אידן וועלן קענען גרינגער מופן אהין, עס וועט לכאורה אויך ברענגען בעסערע איפראסטרוקטור אין די געגענט, ווי למשל מער דאקטוירים, שפיטעלער, און אנדערע צוגעהערן וועלכע א געגענט מיט אסאך מענטשן דארף האבן.

דאס זענען אלעס מעלות.

די חסרונות ווידער זענען, אז עס ברענגט אן א נידריגע עלעמענט נאנט צו די היימישע קאנטריס, און עס ברענגט נישט נאר דעם עלעמענט, נאר דאס נידריגקייט אליינס, עס ברענגט דעם געמבלינג, מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט (ווי בתי ז... למשל) צו אונז אונטער די נאז.

אויב גייט עס נישט אדורך, דאן בלייבט אלעס אזוי ווי יעצט.

היוצא לי מכל זה, ווי איך זעה דעם ענין, די מעלות זענען פיל מער ווי די חסרונות. לאמיר זיך נישט נער'ן, אין ברוקלין פעלט נישט קיין שמוציגע פלעצער, און אויב יא, איז מאנהעטן א קאצן שפרונג אוועק, און דארט איז שוין דא אלעס וואס מען קען זיך נאר נישט פארשטעלן, איז עס דאך ממילא אינטער די נאז, און אפילו אין די קאנטרי ווי עס איז אסאך ריינער, איז עס אבער אויך נישט אינגאנצן ריין, און עס איז היינטיגע צייטן - נאך אן קאסינאס - דא גענוג ווי צו זינדיגן דארט.

פון די אנדערע זייט אבער, די עיקר געטועכץ וועט זיין אין די מאנטיסעלא געגענט, דארט ווי די קאסינאס וועלן זיין, און די קאנטריס וואס זענען דארט, אויב פילן זיי אז עס איז צו נאנט, און עס האט א שלעכטע השפעה אויף זייער מקום, וועלן זיי דאס דאך קענען פארקויפן פאר גרויס געלט, אדער דעוועלאפן פאר נאך גרעסערע געלט, און מיט די געלט קויפן א שענערן און בעסערן פלאץ אביסל ווייטער, דארט ווי די השפעה פון די קאסינאס וועט נישט דערגרייכן.

אבער פאר די אנדערע אידן, סיי די וועלכע וואוינען דארט א גאנץ יאר, און סיי די וועלכע האבן נאר א חלום פון מופן דארט, וועט דאס זיין א גרויסע ישועה, עס וועט זיי פיל גרינגער מאכן דאס לעבן דארט, עס וועט אהין ברענגען אסאך ארבעט און ביזנעס, און זיי וועלן דאס קענען איינקעשן.

עד כאן הנראה לעניית דעתי. אויב אבער איינער וועט קענען קומען און מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז דוקא גאר א געפערליכע זאך, בין איך גרייט משנה צו זיין מיין ארימען דעת, אבער דערווייל בלייבט עס ביי דעם.

(נ.ב. פון נידערן טעקסעס קענסטו פארגעסן, וכבר אמר מי שאמר: שערי תירוצים לא ננעלו...)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:35 pm

כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.


איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:
בייגעלייגטע פיילס
עדיטאריעל 1.jpg
עדיטאריעל 1.jpg (165.47 KiB) געזען געווארן 2492 מאל
עדיטאריעל 2.jpg
עדיטאריעל 2.jpg (191.42 KiB) געזען געווארן 2492 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:40 pm

אינטערעסאנט איז אז סיי דו טיימס און דו דעילי ניוס זענען קעגן קאסינאס. און דער ניוס שרייבט אז פראפערטי ווערט וועט פאלן זיי ברענגען ראיות פון אנדערע געגענט ווי סדא קאסינאס
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:50 pm

וויזוי קען מען מאכען קלענער די קאפי פון די בלאט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:57 pm

בעלזער רב שליט"א האט שון יארן צוריק גערעדט פון דעם ,ובלשונו 'די משפחות פארען ארויס פון שטאדט און דער יצר הרע פארט אריין אין שטאט'. עס איז שוין העכסט צייט מען זאל איינפירן די סיסטעם ווי אין א"י און יוראפ אז די גאנצע משפחה פארט צוזאמען אויף חופש/וואקאנס פאר א וואך צוויי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2534 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:54 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.


איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:



ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:09 pm

אז עס טוט וויי שרייעט מען. די גדולי ישראל ואס קימערן זיך נישט מיט די פראבלעמען און דחקות פון כלל ישראל, זיי זענען נאר ביזי מיט חפירות אויף יענעם עק וועלט, זייער דעת איז קיינעם נישט מחייב. אידן בלוטיגן אוועק פון דלות ועניות ואביונות און די "גדולי ישראל" קענען סך הכל נאר מחייב זיין צום יערליכן מלוה מלכה נאך א טויזענט דאלער.

איך זעה גראדע אז דו טרויעסט זיך צו דרייען אויפן טמאנ'עם אינטערנעט, נגד די דעת פון די זעלביגע גדולי ישראל. קשוט עצמך.

(נאר פרייליך! שטענדיג מיט א שמייכל...)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:27 pm

גראדע די רבנים וואס זענען פארנימען מיט חפירות
דייקא פון זייערע רייען זעהט זיך אהן שטארקע אקטיוויטעטן צו בויען פרישע געגנטער להחיות הנדחקים ונרדפים פון די געשוואלענע דירות פרייזען

שמעקעדיג אביסעל מער דרך ארץ פאר רבנים בפרט אדם כמוך וואס ברויך זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע אידען

...............
גראדע האב'ך א ווייט ליסט פון בלויז באגרעניצטע סייט'ס, איך ברויך א ברכה פאר'ן חושד זיין אויפען ארגסטען
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך פאריז » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 5:33 pm

נאר,,פרייליך האט געשריבן:
ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????


ווי האסטע געזען אינעם עדיטאריעל א מיינוג ווי אזוי מען זאל פאקטיש גיין וואטען?

און ווי האסטע געזען א מיינוג פון גדולי הרבנים ווי אזוי מען זאל וואטען? חוץ א צעטיל בלי שם פון התאחדות און א מיינוג פון י.מ. סופר
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:

אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט