די צעשטערטע שבת-הגדול דרשה (פה-סח 3#)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

די צעשטערטע שבת-הגדול דרשה (פה-סח 3#)

שליחה דורך פלאוויוס »

דער בעל-תפילה האט צוגעענדיגט דעם לעצטן קדיש פון שחרית, דער גבאי האט געגעבן דריי הויכע קלאפן אויפ'ן באלעמער און ס'איז שטיל געווארן אין שול. די מתפללים האבן זיך אוועקגעזעצט, פארמאכט די סידורים, און אנגעהאנגען די אויגן אויפ'ן רב וועלכער האט דערווייל צוגעשפאנט צום ארון-קודש מיט עטליכע ספרים אין דער האנט. פארנט פונעם ארון-קודש איז געשטאנען א שטענדער אויסגעדרייט צום עולם, דער רב האט אראפגעלייגט די פאר ספרים אויפ'ן שטענדער און האט זיך אוועקגעשטעלט דערנעבן.

די מתפללים האבן ליב געהאט דעם רב. זיין לאנגע בארד, אונטער די שווארצע קלוגע אויגן, האט געגעבן רעספעקט נישט בלויז פאר אים אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער קהילה. ווען ער וואלט געהאט א הויך געשטעל וואלט עס געווען א שלימות'דיג בילד, נאר היות מיר לעבן נישט אין קיין עולם התיקון האט ער די מעלה דוקא נישט געהאט. אנשטאט דעם איז אבער זיין שארפקייט אין לערנען געווען א שם דבר אין שטאט. אפילו די בעלי גאוה'דיגע רבנים וועלכע האלטן שטענדיג אז קיינער פארשטייט נישט אין לערנען חוץ זיי, טראכטן צוויי מאל איידער זיי עפענען א מויל קעגן הרב ביקסנשטיין.

דער רב האט זיך אויסגעגליכן דעם רוקן, באגריסט דעם עולם און געמאכט א קורצע הקדמה צו דער דרשה. ער האט נאכגעזאגט א טעם אויף דעם וואס דער שבת ווערט אנגערופן שבת-הגדול, און דערנאך האט ער אנגעהויבן צייגן זיין כח אין פלפולא דאורייתא. ער האט געעפנט א ספר נאך א ספר, אויפגעברענגט א קשיא נאך א קשיא, נאר כדי צו לאזן זיי שפעטער פונאנדערפאלן ווי א סעט פון קארטלעך. געעפנט האט ער מיט דער סוגיא פון "מצוות צריכות כוונה", און אריבער פון דארט צו די דינים פון "קנינים". ביי אזעלכע דרשות איז נאטירליך אז די עמי-הארצים אין שול זאלן צעפיקעוועט ווערן, זיי שפרינגען פון דער הויט, די גאל האלט זיי ביים פלאצן, אבער קיינער וואגט זיך נישט אויפצושטיין כל זמן דער כח התורה דונערט אפ פון איין עק היכל ביזן אנדערן.

"מיר נעמען אן אז מצוות צריכות כוונה," האט דער רב געזאגט פארריכטנדיג דעם עק פונעם טלית אויף דער פלייצע, און דערנאך פארגעזעצט "דערפאר איז וויכטיג אז מ'זאל אינזין האבן ביי די כזיתים מקיים צו זיין די מצוה פון "בערב תאכלו מצות". יעצט שטעלט זיך די פראגע, ווי וועט זיין אויב עמיצער האט נישט בפירוש אינזין געהאט יוצא צו זיין די מצוה, אבער א איד וואס איז געזעצן קעגנאיבער ביים טיש האט אינזין געהאט אז זיין חבר זאל יוצא זיין די מצוה דאורייתא. האט דער חבר טאקע יוצא געווען דעם חיוב מיט יענעמ'ס כוונה אדער נישט?" די לומדים האבן זיך איבערגעקוקט, צעשושקעט אויף א רגע, און די דרשה איז געגאנגען ווייטער.

דער רב האט צוגעברענגט א רבינו יונה וואס האלט אז איין איד קען ווערן דער שליח פון אן אנדערן איד ווען ס'קומט צו כוונה, פונקט ווי מ'זעט ביי תרומה אז מ'קען תורם זיין בשליחות פון א צווייטן איד אפילו נאר מיט דער בלויזער כוונה. "איי וועט איר פרעגן," האט דער רב געזאגט מיט א געקנייטשטן שטערן, "אז ביי תרומה איז פאראן א דירעקטער באפעל פונעם משלח אז ער באשטימט דעם פלוני ופלוני אלס זיין שליח, אבער אין אונזער פאל ווען איין איד וויל מוציא זיין דעם צווייטן מיט דער כוונה אויף אכילת מצה האט ער דאך קיינמאל נישט באקומען דעם באפעל צו ווערן א שליח."

דער רב האט געכאפט א בליק אינעם אפענעם ספר און פארגעזעצט, "דאס איז קיין קשיא נישט, ווייל אין אמת'ן איז פאראן אזא באגריף אין הלכה, אז מ'קען דורכפירן א כוונה בשליחות פון א צווייטן אפילו ווען ס'איז נישטא אויף דעם קיין דירעקטער באפעל פונעם משלח, פונקט ווי מיר טרעפן ביי א גט וואס א קטן שרייבט, אז אויב ס'איז דא א גדול וואס איז עומד על גביו איז עס א כשר'ער גט, און די סיבה איז וויבאלד דער גדול פירט אויס דעם חיוב וואס איז דא, מכוון צו זיין אז דער גט זאל זיין לשמה, אנשטאט דעם קטן."

"זעט מען דאך," האט דער רב אויסגעפירט מיט א הויכער שטימע, "אז א מענטש קען ווערן א שליח צו טון די כוונה אנשטאט א צווייטן, אפילו דעמאלט ווען יענער האט אים נישט געמאכט בפירוש פאר א שליח. די סיבה צו דעם איז וויבאלד שליחות איז מטעם זכייה, און דער דין זאגט אז זכין לאדם שלא בפניו." דער רב האט זיך צעהוסט, און דערנאך ווייטער גערעדט א לאנגע צייט אין די ענינים פון שליחות ביי קנינים, צייגנדיג וויאזוי אלעס קומט צוריק צום זעלבן, און מ'זעט קלאר אז ס'איז פאראן אזא באגריף אז איין איד זאל ווערן דער שליח פון א צווייטן מיט בלויזער כוונה. די אונטערשטע שורה פון דעם אלעמען איז געווען, אז אויב האט א איד פארגעסן אינזין צו האבן דעם חיוב פון אכילת מצה פסח ביי נאכט, און א צווייטער האט אינזין געהאט אנשטאט אים, האט ער יוצא געווען אפילו לויט דער שיטה אז מצוות צריכות כוונה.

***

ווען דער רב האט פארענדיגט דעם פלפול איז שוין געהאט פאריבער מער פון דריי-פערטל שעה און אויסער די פאר למדנים איז נישט געווען ווער ס'זאל קענען מיטהאלטן דעם דריידל. ביי די מתפללים האט שוין געגריזשעט דער מאגן, פארט א לאנגער שחרית געווען, און דער רוב צווישן זיי האט נישט ממש פארשטאנען וויאזוי דער רב האט אריינגעלאנדעט אינמיטן דערונען צו קנינים און שליחות ווען מ'האלט ערב פסח פאר אכילת מצה. נאר וואס פארשטייען דען די פשוט'ע אידן?

דאס וואס האט נאכדעם פאסירט איז געקומען אינגאנצן אומערווארטעט. ווען דער רב האט פארענדיגט דעם פלפול, איידער ער האט פארכאפט ארויסצוזאגן נאך א ווארט, האט זיך אריינגעמישט עמיצער וואס איז געזעסן אינגאנצן פון הינטן, "כ'פארשטיי נישט," האט יענער אויסגערופן הויך, "די תורה וויל דאך מיר זאלן עסן מצות צוליב א סיבה. די תורה וויל מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען געווען קנעכט אין מצרים און מיר זענען באפרייט געווארן. דערפאר, פונקט ווי די תורה האט נישט געוואלט מיר זאלן יוצא זיין מיט דעם וואס א צווייטער זאל עסן מצה אנשטאט אונז, פונקט אזוי דארף זיין קלאר אז א צווייטער קען נישט אינזין האבן אנשטאט אונז. נישט אזוי?"

די אויגן אין בית-מדרש האבן זיך אויסגעדרייט אהין צו זען ווער ס'האט געפרעגט די שאלה. געווען איז דאס א איד א דיאמאנטן-סוחר מיט'ן נאמען בערל, נישט קיין גרויסער למדן, אבער אויך נישט קיין פולקאמער עם-הארץ. אויף זיין העמד האט ער פארמאגט צוויי גאלדענע קנעפלעך ביי די ערמלען, זיין רעדן האט געהאט אן עטוואס באלעבאטישן טאן. די למדנים אין שול האבן זיך צעשמייכלט ווען זיי האבן געהערט זיין קול אינמיטן דער פלפול'דיגער שבת-הגדול דרשה, און זיי האבן געווארט צו זען וואס דער רב וועט זאגן. אויף א מינוט איז געווען שטיל ביז דער רב האט גענומען דאס ווארט.
"
קוק אהער בערל," האט דער רב געזאגט, "דער פארגלייך איז נישט אזוי ריכטיג. ווייל ווען מ'רעדט פון טון די מעשה המצוה, ווי למשל עסן מצה אדער שאקלען לולב, דארט האט די תורה ארויפגעלייגט דעם חיוב אויפ'ן גוף פונעם איד, און כל זמן מיר פירן נישט אויס די מצוה מיט אונזער קערפער איז נישט מעגליך אז א צווייטער זאל אונז מוציא זיין. אבער אין אונזער פאל רעדט מען דאך ווען דער איד האט שוין אויסגעפירט די מצוה מיט זיין גוף, נאר ס'פעלט אים דער חלק פון כוונה. נו, אויף דעם זעט מען דאך נישט אין דער תורה אז ס'זאל מוזן ווערן אויסגעפירט דורך א ספעציפישן גוף. פארקערט, אלע ראיות וואס מיר האבן צוגעברענגט אין דער לעצטער האלבער שעה צייגן אונז אז ווען ס'קומט צו כוונה איז נישטא קיין שום אפהאלט פון מאכן א צווייטן פאר א שליח."

דאס פנים פון בערל האט זיך פארקרומט, "גלייבט מיר רב לעבן, ס'איז אלץ איינס וואס מ'האט גערעדט אין דער לעצטער האלבער שעה. שליחות און קנינים קומען נישט אריין דא. ווען די תורה האט אונז געהייסן טון א מצוה מוז עס יעדער איד טון אליין. נישטא קיין חכמות ביי דעם. אויב די תורה זאגט אז מ'איז נישט יוצא אן כוונה, איז עס וועגן דעם ווייל דער אויבערשטער וויל נישט מיר זאלן לייגן תפילין ווי טויטע ראבאטן. נו, איז וואס וויל דער רב זאגן? אז מ'קען יא זיין א טויטער ראבאט און לאזן אנדערע אידן אינזין האבן אנשטאט אונז? ס'איז ביי מיר ווי גלייך דער רב וואלט געזאגט אז ביים זינגען א ליד קען מען זיך איינטיילן מיט א חבר, איינער זאל זאגן די ווערטער און א צווייטער די מעלאדיע... איך מיין, ס'לייגט זיך דאך נישט אויפ'ן שכל. איר פארשטייט וואס איך זאג?"

דער רב האט פרובירט זיך איינצו'טענה'ן, ער האט געדרייט אהער און אהין, צוגעברענגט נאך א סברא און נאך א גמרא, אבער ביי בערל'ען איז דאס אלץ געווען טערקיש. "די תורה איז העכער פון פשעטלעך", האט בערל געזאגט. ביי די למדנים האט אנגעהויבן ווערן אומרואיג, קודם זענען די שושקערייען געווען שטיל און דערנאך איז עס געווארן העכער, ביז ר' וואלף, א איד מיט א שפיציגן בערדל, א מגיד-שיעור און מרביץ תורה שוין פילע יארן, האט זיך גענומען מוט און אויסגעשריגן אין ריכטונג פון בערל'ען, "ר' איד! דא האלט מען שוין נאך א לאנגען פלפול, וואו דער רב האט ערקלערט בטוב טעם וויאזוי ס'קומט אויס אין מערערע פלעצער ווי דער רב זאגט. קומט איר און שרייט אז ס'איז נישט שכל'דיג. געהערט אזוינס? מ'קען עפעס אפפרעגן די תורה מיט בויך-סברות? לאמיר זען, ברענגט עפעס א ראיה פארקערט..."

דאס פנים פון בערל איז רויט געווארן, אבער ער איז יענעם נישט שולדיג געבליבן. "אנטשולדיגט מיר, איך פארשטיי אז איר זענט א תלמיד-חכם, איר האט געלערנט מער גמרא ווי איך, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אויף מיין קשיא. די דרשה פונעם רב איז געבויט געווען צו פארענטפערן די שאלה, צי א מענטש קען יוצא זיין א מצוה מן-התורה דורכדעם וואס זיין חבר האט אינזין אנשטאט אים, פארשטיי איך אבער נישט פארוואס מ'האט געדארפט א פשעטל דאס צו פארענטפערן. דער תירוץ האט געדארפט זיין אז ניין, נאך איידער מ'האט זיך גענומען צום ערשטן שטאפל פונעם פלפול."

דער מצב איז געווארן אזוי קאמיש, אז די ארומיגע האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן. ביי ר' וואלף איז עס אבער גארנישט געקומען צום לאכן. די אויגן האבן אים געברענט פון אויפרעגעניש, ער האט אראפגעווארפן דעם טלית פון קאפ און אויסגעטופעט מיט די פיס. "חוצפה האט אויך א שיעור! מ'האט נישט געהערט אזוינס מימות עולם אז א איד וואס איז פארנומען א גאנץ יאר מיט האנדל וואנדל, א איד וואס עפנט א גמרא נאר איין מאל א יאר ווען ער דארף זיי פסח'דיג מאכן, זאל זיך יאווען אפצופרעגן די שבת-הגדול דרשה פונעם רב, און נאך ערקלערן הויך אז דער פלפול וואלט געקענט ווערן אפגעשטעלט גלייך ביים אנהויב... און ערשט לאמיר זען אויף וואס ער בויט די גאנצע קשיא זיינע, אויף דעם וואס "ס'שטימט נישט שכל'דיג". פשיהא! מ'קען זאגן ממש רבי עקיבא אייגער'ס א קשיא! ס'שטימט נישט מיט זיין פארגרעבטן דעת בעל-הבית, זייט מיר מוחל דאס לשון. אבער זייט ווען דארף די תורה שטימען מיט'ן שכל פון א דיאמאנטן-סוחר. הא?"

"נו! נו!" האט דער רב אויסגעמורמלט, ווייזנדיג מיט די הענט אז מ'זאל אויפהערן די קריגעריי, קיינער האט אים אבער נישט געהערט. נאך די לעצטע ווערטער זענען שוין די געמיטער געווען צעהיצט, די למדנים האבן פרובירט זיך אפצופוצן אין א זייט, בשעת די באלעבאטים האבן זיך צוגערוקט נענטער צו ר' וואלף און ס'האט אויסגעזען ווי זיי ווילן אים ממית'ן. זיי האט נישט געקימערט אזוי ווער ס'איז גערעכט, בערל צי ר' וואלף, נאר דער אופן וויאזוי ר' וואלף האט גערעדט האט זיך געלאזט אויסטייטשן ווי א זלזול אין יעדן איד וואס זיצט נישט א גאנצן טאג איבער דער גמרא. די באלעבטים האבן כאטש געוואלט אז ער זאל וויסן וואס זיי האלטן וועגן אים, אז ער איז א גרויסער בעל-גאווה, מיט דער נאז ארויף, און אז די תורה איז פאר קיין בעלי גאווה נישט געגעבן געווארן.

ר' וואלף האט פארשטאנען אז ער האט איבערגעטריבן. ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען ווי ער איז ארומגענומען מיט באלעבאטים פון אלע זייטן, די למדנים האבן זיך אפגעטראגן, און דער גאנצער עסק האט אים נישט געפאסט מיטאמאל. אנשטאט צו ענטפערן אויף די טענות וואס זענען געקומען אין זיין ריכטונג, האט ער צוגעשלעפט א גמרא וואס איז געשטאנען נישט ווייט פון אים, און אנגעהויבן זיך שאקלען אויף א הויכן גמרא-ניגון, ווי גלייך ער וואלט געזעצן אינעם ספרים-צימער ביי זיך אינדערהיים.

"זיי מיר נישט אזא מתמיד!" האט זיך צעשריגן לייבל דער אקאונטענט, "דער אייבערשטער דארף נישט דיין תורה. קענסט גיין אין קלוב, וועסטו מער אויפטון." מיט די ווערטער האט לייבל ארויסגעשלעפט די אפענע גמרא וואס איז געלעגן פארנט פון ר' וואלף און עס פארקלאפט מיט א זעץ. ר' וואלף האט זיך געגעבן א דריי אויס מיט א רואיגן שמייכל און קאלט אפגעענטפערט, "וועמענס תורה דען דארף דער באשעפער? פון די וואס זיצן א גאנצן טאג אין מאנהעטן מיט שקצים און שיקסעס? ווען איר וואלט געזען די אותיות פון דער גמרא אזויפיל מאל וואס איר זעט זיך מיט ראיות אסורות דורכ'ן טאג, זייט מיר מוחל מיין אויסדרוק, וואלט איר געקענט האבן געענדיגט ש"ס זיבן מאל..."

אזעלכע באליידיגונגען האבן די ארבעטסלייט נישט געקענט אראפשלינגען, און איינער א פּלאָמער, פארט א פשוט'ער איד, האט געכאפט א ספר פון טיש און א שליידער געטון אין ריכטונג פון ר' וואלף, וואס האט אים נאר בדרך נס פארמיטן. "דו באנדיט איינער," האט דער פּלאָמער, מעכל נטע, געשריגן אויף ר' וואלף, "דו ביסט א תינוק שלא נפתחו אפרוחיו. דו מיינסט אז ווייל דו האסט געלערנט א מסכתא גמרא ביסטו שוין ווער ווייסט וואס. דו מיינסט אז די תורה איז דיינס, דו ביסט באלעבאס אויף די קשיות און תירוצים וואס מ'מעג פרעגן. א בוידעם קלאץ ביסטו! א שטיק שור הנגח! אפשר ווען דו וואלסט געגאנגען ארבעטן וואלסטו געווען מער א מענטש."

"גענוג!" האט דער רב א געשריי געגעבן. "מ'האט זיך גענוג געשלאגן. ס'איז שבת היינט, מ'דארף גיין ווייטער מיט'ן דאווענען." ר' וואלף האט נישט געקענט פועל'ן ביי זיך מוותר צו זיין אויף כבוד התורה. פאקטיש האט דער פלאמער מיאוס דערנידערט די לומדי התורה, און ער האט געפילט א דראנג אים אפצוענטפערן מיט כאטש עפעס, אבער נאכדעם וואס אלע זענען פארשוויגן געווארן האט ער אויך געמוזט שווייגן. די מתפללים האבן זיך צוריקגערוקט צו זייערע פלעצער, דער גבאי האט הויך אויסגערופן "אתה הראת לדעת" און מ'איז געגאנגען צו קריאת התורה. דער רב האט שוין זיין דרשה דעם שבת נישט צוגעענדיגט.

***

נאך מוסף האט דער רב צושפאצירט צו בערל'ען און ארויפגעלייגט א האנט אויף זיין פלייצע. "בערל, כ'האב איבערגעקלערט וואס דו האסט געזאגט, און איך מיין אז ס'איז דא עפעס אין דיין קשיא." בערל האט געקוקט אויפ'ן רב מיט א געמיש פון חשד און אומצוטרוי, און דער רב האט ווייטער גערעדט, "קיין מראה-מקום האב איך נאכנישט געטראפן אויף דעם, אבער איך קען זען א מהלך על-פי לומדות וואס זאל שטימען ווי דו זאגסט."

"דאס הייסט אזוי," האט דער רב אנגעהויבן דרייענדיג מיט'ן פינגער, "דיין טענה איז אז כל זמן ס'איז נישטא די כוונה אין דער מצוה איז עס ווי גלייך ס'וואלט געפעלט עפעס אינעם גוף המצוה, און וויבאלד מ'קען נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער מעשה, ווייל די תורה האט דאך ארויפגעלייגט א חובת הגוף אויף יעדן מענטש באזונדער, מוז ממילא אויסקומען אז מ'קען אויך נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער כוונה. האב איך ריכטיג פארשטאנען?"

דער רב האט נישט געווארט צו הערן אן ענטפער פון בערל און האט ווייטער גערעדט, "אט די סברא ווארפט טאקע אפ אלע מיינע ראיות, וויבאלד דער גאנצער שמועס איז געווען געבויט אויפ'ן יסוד אז כוונה איז א באזונדערע זאך פון דער מעשה. אבער לויט ווי מיר זאגן יעצט קומט דאך אויס אז ווילאנג מ'האט נישט אינזין געהאט ביי דער מצוה איז עס ווי גלייך ס'איז קיין מעשה אויך נישט געשען, און ממילא קען מען נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער כוונה, ווייל דעמאלט וועט נאך בלייבן א חיסרון אינעם גוף המעשה."

בערל האט אנגעקוקט דעם רב פאר'חידוש'ט, "איך פארשטיי נישט וואס דער רב האט געזאגט, כ'האב געהערט ווערטער וועגן גוף המעשה מיט גוף המצוה, און צו אט די תורות בין איך נישט קיין גרויסער מבין, אבער איך בין צופרידן אז דער רב האט כאטש מכוון געווען לאמיתה של תורה..."

דער רב האט געגעבן א שמייכל, און ר' וואלף, וועלכער איז זיי פונקט פארבייגעגאנגען אויפ'ן וועג ארויס פון בית-מדרש, האט אוועקשפאצירט מיט אויפרעגעניש אויף דעם בזיון התורה וואס ער האט ערשט ווידער מיטגעהאלטן.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר