זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער אשכול 'זאכן וואס רעגט מיך אויף' איז שוין מלא על כל גדותיו, ועוד ידינו נטויה, די ליסטע איז נאך א לאנגע...

אבער עס זענען אויך פאראן זאכן וואס מאכט מיר פרייליך, אויפגעלייגט און צופרידן. כ'מיין נישט דווקא אן אינערליכע שמחה, וואס דאס איז יעדער מענטש פאראנטווארטליך פאר זיך אליין, עס איז אינעם מענטש, נישט תלוי אין חיצוניות'דיגע סיבות. כ'רעד ענדערש למשל פון זאכן וואס פאדערן א תיקון און ווערן מתוקן, פאזעטיווע געשעענישן, וכדומה - אין אנדערע ווערטער, פארקערט ווי די זאכן וואס רעגט מיך אויף.

***

שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.

יארן לאנג וואונדער איך זיך פארוואס די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין צו מאכן עפעס א גזירת המינימום בלע"ז, די גאווערמענט וואס נעמט קעיר פון 16 אונציגע סאדע גלעזלעך און נאך אזעלכע שרעקעדיגע סכנות, און ביי מיר אין די ביזנעס זענען זיי גוזר גזירות קשות ואכזריות אויף די בעלי בתים בלויז צו קענען בעסער מאכן פאר די פוילע ארבעטערס זיי זאלן קענען כראפעצן און נישט אריינקלאפן אין די טרעפ (האט איר שוין געהערט פון OSHA?) און איז נאך מחייב זיי צו באצאלן ווי טאטעלע אווערטיים ווען זיי זענען מ'כלומר'שט סיק, דערנאך זאלן זיי קענען קלאגן די קאמפאני אויף שטותים וכו', און פונקט ביי די עירליינס לאזן זיי צו אזא הפקירות, אלעס ווייל זיי האבן אפאר דאלער צו צאלן פאר לאביאיסטן.

עכ"פ בין איך צופרידן צו ליינען אז ענדליך האט זיך די זאך א שאקל געטאן און מען קוקט אריין דערין. ניין, נישט צוליב יושר און נישט פאר אונזער באקוועמליכקייט, זייט נישט קיין חושד בפסולים. נאר כלומר'שט אונטערן אויסרייד פון זיכערהייט, אז מען זאל קענען גרינגער ארויסלויפן אין פאל פון א סכנה ח"ו ווען דער שטן איז מקטרג.

מערקווירדיג אז די DOT שרייבט דארט, אז די סיבה פארוואס מען האט קיינמאל נישט געטון דערין איז - פשוט און פראסט - ווייל די קאנסומער קאלן זייער ווייניג קאמפלעינען דערויף. זיי זעלבסט, די DOT, ווייסן דאך נישט פונעם פראבלעם. זיי באקומען דאך פעטע געהאלטן און פליען זיכער אין ערשטע קלאס. נו, א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגן. דארפן זיי פשוט צוקומען צו קאמפלעינטס פון די פשוטי עם כמוני כמוך, און כנראה אז ווי מער מען באקלאגט זיך, אלס מער איז פאראן א טשאנס אז זיי זאלן זיך וויסענדיג מאכן דערפון. אלזא ווער ער האט דעם נומער פונעם DOT זאל ביטע מפרסם זיין כדי יעדער זאל אנהייבן קלינגען זיך באקלאגן עד אשר יצא מאפם.

לאמיר האפן אז די יעצטיגע "אריינקוקן דערין" וועט ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר