בלאט 2 פון 3

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 3:39 pm
דורך פארוואס נישט
געטראפן די תשובה.
שו"ת תשורת שי סימן שס"ז, ער איז נוטה להקל צו טרינקן קאווע מיט מילך און צוקער, עיי"ש.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 3:50 pm
דורך פארוואס נישט
יישר כח דאטקאם פאר די הערליכע ארטיקל, שיין און רייך באשריבן.
הגם איך בין בכלל נישט קיין גרויסע קאווע טרינקער, ס'קען דורכגיין וואכן און חדשים (יא, חדשים) אן אפילו איין קאווע, איז מיר געווען אינטערעסאנט זיך אביסל צו באקענען מיט די משקה נאך וועלכע מענשטן גייען משוגע בלע"ז, אויף אזוי ווייט, איינער זאגט מיר אמאל אז ער שטעלט זיך נישט דאווענען שחרית לכתחילה פאר א מינימום פון 3 קאווע'ס, אבער פאר 2 קאווע'ס האט ער זיך נאך קיינמאל נישט געשטעלט דאווענען (אויסער ביי א תענית שטייצעך), איך פלעג עם אנקוקן ווי פון די לבנה אראפ.

דאט קאם, קיפ איט אפ.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 3:57 pm
דורך פארוואס נישט
DotCom האט געשריבן:כאב אויך געוואלט אנפרעגן דעם דעת הציבור איבער וואס מיין נעקסטע ארטיקל זאל זיין, כאב די פאלגענדע זאכן אויפן טיש:
וויאזוי צו קויפן און וויאזוי צו נוצן א דיזשיטעל קעמרע.
וואספארא לעפטאפ זאל איך קויפן?
וואספארא דעסקטאפ זאל איך קויפן?
ענדרויד ווס. אייפאון ווס. בלעקבערי.
אלעס ארום פייל שעירינג.
די הקדמה צו פראגרעמינג.

ווער סהאט אנדערע איידיעס זאל פליז שעירן.

כ'קלער די הקדמה צו פראגרעמינג קען מיר (און פאר אסאך אנדערע) זיין אינטערעסאנט, והנראה בעיני כתבתי, א ריזן שכוח אידערוועי.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 5:06 pm
דורך יידל
הקדמה צו פראגרעמינג באקומט מיין וואוט.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 5:30 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:א קאווע מיט צוקער איז לכאורה מער אויסגעהאלטן פארן דאווענען ווייל די צוקער איז נאר מגרע די טעם פונעם קאווע, א בחינה פון מצטמק ורע לו.


כ'הא נישט געזעהן דעם 'קיצור', אבער אז ער אסר'ט מיז מען אנעמען אז ער נעמנט נישט אן דעם טעם, אדער אולי שרייבסטו דער טעם המתירים.

כ'האב נישט געמיינט צו פסק'נען, נאר בדרך מליצה ארויסברענגען אז צוקער נעמט נאר אוועק פונעם טעם הקאפע, זאל דער עולם פראבירן טרונקען אן צוקער פאר אפאר וואכן וועט מען נישט קענען צוריק גיין.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 5:36 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:א קאווע מיט צוקער איז לכאורה מער אויסגעהאלטן פארן דאווענען ווייל די צוקער איז נאר מגרע די טעם פונעם קאווע, א בחינה פון מצטמק ורע לו.


כ'הא נישט געזעהן דעם 'קיצור', אבער אז ער אסר'ט מיז מען אנעמען אז ער נעמנט נישט אן דעם טעם, אדער אולי שרייבסטו דער טעם המתירים.

כ'האב נישט געמיינט צו פסק'נען, נאר בדרך מליצה ארויסברענגען אז צוקער נעמט נאר אוועק פונעם טעם הקאפע, זאל דער עולם פראבירן טרונקען אן צוקער פאר אפאר וואכן וועט מען נישט קענען צוריק גיין.

וויפיל וואכן וועלעך מיך דארפן פייניגן ביז איך ווער צוגעוואוינט?

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 5:45 pm
דורך איך אויך
א וואך צו מאקסימום צוויי.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 6:16 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:וויפיל וואכן וועלעך מיך דארפן פייניגן ביז איך ווער צוגעוואוינט?

איך וויל נישט זאלסטוך פייניגען, אבער וועסט מיר זיין דאנקבאר ווייל דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אין צוקער, און אז דו קומסט אן אין שול און ס'נישט געבליבן קיין צוקער וועט עס דיר נישט אויסמאכן.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 10:14 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל נישט זאלסטוך פייניגען, אבער וועסט מיר זיין דאנקבאר ווייל דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אין צוקער, און אז דו קומסט אן אין שול און ס'נישט געבליבן קיין צוקער וועט עס דיר נישט אויסמאכן.

גערעכט, די עיקר שוועריגקייט איז נישט דער ביטערער קאווע טעם נאר די אנגעוויזנקייט אויף די צוקער באאסט, נאך א צוויי וואכן דארף מען זיך שוין צוגעוואינען, און קענען ענדזשויען די ריכטיגע טעם.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 25, 2012 10:23 pm
דורך DotCom
רב 'למה לא' און יידל און צו אלע אנדערע וואס האבן געבעטן, איך וועל בלי נדר זיך נעמען שרייבן בקרוב אויף הקדמה צו פראגרעמינג, כעת האב איך אנגעפאנגען צו שרייבן א ארטיקל איבער 'וויאזוי צו מאכן א געלונגענעם בארביקיו גריל', אויפ'ן זעלבן גאנג ווי די קאווע ארטיקל, ווייל עס איז דאך מענינא דיומא, דערנאך וועל איך גיין צו פראגרעמינג אי"ה.

איך האב נאר א פיצקעלע צייט יעדן טאג צו שרייבן, אויך נישט יעדן טאג, אבער איך וועל טרייען מיין בעסט בעז"ה.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 26, 2012 2:26 am
דורך געפילטע פיש
מחכים בכליון עיניים, ממש מעניני דיומא, בפרוס חג הרביעי ליולי.
תמוז ר"ת תאין ומתכנשין זמני מנגל.

הודעהפורסם: פרייטאג יולי 06, 2012 11:11 am
דורך א איד
א יישר כח דאט

היינט עס געליינט די ערשטע מאל, איך וועל עס מוזן איבערליינען מיט מער ישוב הדעת נאכאמאל, אבער האסט מיר אריינגעברענגט פרישע ידיעות אין קאפ.

און איך ווארט שוין אויף די ווייטערדיגע אי"ה

הודעהפורסם: זונטאג יולי 08, 2012 4:49 pm
דורך געפילטע פיש
ווי נעמט מען יעצט א גלעזל קאווע? מיין קאפ שיסט!

הודעהפורסם: זונטאג יולי 08, 2012 6:53 pm
דורך א איד
נאך צוויי א האלב שעה

הודעהפורסם: זונטאג יולי 08, 2012 8:26 pm
דורך פאדעם
ישר כח ר דאט כאם, זייער שיין באשריבן א נושא וואס איך האב אינגאנצען נישט געוויסט?כמיין מער ווי צי טרינקען די קאווע פון שיל, און אונדערהיים, מיר קיקן ארויס אויף אייערע ווייטערדיגע שיינע ארטיקלען,
אגב איך בין אינגאנצען איינשטימיג מיט 'ר געפילטע פיש אז די ריכטיגע טעם פון קאווע איז דייקע אן א ציקער ,די ציקער נעמט גאר אוועק די געשמאקע טעם פונעם קאווע

הודעהפורסם: זונטאג יולי 08, 2012 10:58 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:מחכים בכליון עיניים, ממש מעניני דיומא, בפרוס חג הרביעי ליולי.
תמוז ר"ת תאין ומתכנשין זמני מנגל.


די מוט איז נישטא דערווייל אויף זיך אראפצוזעצן שרייבן א לענגערע ארטיקל, ווער וויל מיר ספאנסערן א מאטיווישען קאורס ביי האגער?
אבער עוד חזון למועד אי"ה.

הודעהפורסם: זונטאג יולי 08, 2012 11:36 pm
דורך געפילטע פיש
DotCom האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:מחכים בכליון עיניים, ממש מעניני דיומא, בפרוס חג הרביעי ליולי.
תמוז ר"ת תאין ומתכנשין זמני מנגל.


די מוט איז נישטא דערווייל אויף זיך אראפצוזעצן שרייבן א לענגערע ארטיקל, ווער וויל מיר ספאנסערן א מאטיווישען קאורס ביי האגער?
אבער עוד חזון למועד אי"ה.

טאמער איז דיר שווער צו שרייבן א גאנצע מגילה אויף איין מאל קענסטו שרייבן אן הקדמה, און דער עולם וועט שוין צולייגן די זאלץ און פעפער (אדער בב"ק זאפט), ווען ס'קומט צום הקטר חלבים ואיברים רעדט זיך יערער איין אז זיי זענען עקספערטען, נא, וועט שוין זיין א שקלא וטריא וועט יעדער קענען נאשן עצות.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 24, 2012 6:08 pm
דורך שמואל הלוי
DotCom האט געשריבן:אבער עוד חזון למועד אי"ה.

דאס מיינט אז בערך אין די טעג פון שבת "חזון" אדער תשעה באב דאיקרי "מועד" וועט זיין די קומענדיגע ארטיקל אי"ה, לאמיר האפן.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 24, 2012 7:43 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:אבער עוד חזון למועד אי"ה.

דאס מיינט אז בערך אין די טעג פון שבת "חזון" אדער תשעה באב דאיקרי "מועד" וועט זיין די קומענדיגע ארטיקל אי"ה, לאמיר האפן.

אדער חול "המועד" סוכות...

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 24, 2012 7:59 pm
דורך שמואל הלוי
ער זאגט אבער "חזון"

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 24, 2012 8:47 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:ער זאגט אבער "חזון"

תיקו

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:35 pm
דורך חייםהערש
העכטס אינטערסאנט
:like

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:50 pm
דורך גוטזאגער
נאך א מעשה איבער קאווע - דוכט זיך מיר ביים בעל חוות דעת זי"ע. איינמאל איז אריין צו אים איינער פון די גרויסע גבירים פון זיין קהילה, דער גביר האט באמערקט ווי דער רב איז זייער פארטראכט, אויף זיין אנפראגע וואס עס קוועטשט דעם רב אזוי שטארק? האט אים דער חוות דעת געענטפערט אז ער האט היינט באקומען א בריוו פון עפעס א געוואלדיגע גרויסע חריף און איך פלאג מיך צו פארשטיין זיין בריוו.

וויאזוי הייסט ער? גיט דער עושר א פרעג,

ענטפערט אים די רב: ער איז נאך אומבאקאנט, כ'גלייב נישט אז דו האסט שוין געהערט פון אים, זיין נאמען איז (ר') עקיבא אייגער.

ווי נאר דער עושר האט געהערט אויף וועמענס בריוו זיין רבי דער גדול הדור פלאגט זיך צו פארשטיין, איז ער צוזאמגעפאלן. ווען מען האט אים דערמונטערט האט ער דערציילט אזוי:

ער האט א טאכטער, און ווען זי איז אנגעקומען אין די יארן איז ווי פארשטענדליך וויבאלד ער פארמאגט געלט האט מען אים אנגעטראגן פונעם שענסטן און בעסטן. האט מען אים אנגעטראגן דעם מורא'דיגן און באקאנטן עילוי, דעם בחור עקיבא. דער בחור איז געקומען צום גביר'ס הויז האט מען אים מכבד געווען מיט די נייע און טייערע משקה קאווע (מסתם נישט לויט די פארשריפטן).
און דער בחור'ל עקיבא האט נאך קיינמאל נישט פארזוכט פון דעם משקה, וויבאלד ער איז געקומען פון אן ארעמע שטוב און ער האט ניטאמאל געוואוסט וויאזוי מען דארף זיך באגייין דערמיט, האט ער גענוצט די ידיעות וואס ער קען יא, האט ער קודם אויפגעגעסן די צוקער, ווייל לויט די גמרא קומט אוכלין פאר משקין, די שוארצע קאווע האט ער אויסגעטרינקען בעפאר די מילך וויבאלד ביי יודען איז לילה קודם, און דערנאך האט ער פארענדיגט צו טרינקען די מילך.
און ווי נאר מיין טאכטער האט דאס באמערקט - דערציילט דער עושר ווייטער - האט זי אנגעהויבן צו פארפירן אז זי דארף נישט א מאן וואס איז אזא בטלן, און פארשטייט זיך אז דער שידוך איז געווארן אויס. און יעצט ווען איך האב געזען אויף וועמענס בריוו דער רב האט זיך געפלאגט צו פארשטיין איז מיר פשוט שלעכט געווארן.

האט זיך דער בעל חוות דעת אנגערופן: איך אויף דיין פלאץ וואלט נאכאמאל געפאלן אין חלשות! אז צוליב א פשוט'ע קאווע זאל מען אויפגעבן צו האבן אן גדול הדור פאר אן איידעם.

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 5:31 pm
דורך שמעקעדיג
אויף אייוועלט, שרייבט יגר'ל ווי פאלגענד:

יגרסהדותא האט געשריבן: [איך בין היינט געוואויר געווארן..] ..אז די ברעקעלעך קאווע - טעיסטער טשויס אדער אנדערע - באקומען אן אנדערן טעם ווען די וואסער איז מער קאכעדיגער.

פון די זעלבע טעיסטער טשויס, האב איך היינט געמאכט צוויי קאוועס, די צווייטע איז געווען א בחינה פון "ואת עלית על כולנה", און דער עלעקטערישאן טענה'ט ווייל דער פעסל הייס-וואסער [האַט-וואָטער בשפת המדינה - נישט צומישן מיט וואט-עווער, ווייל די צוקער איז שוין סייווי געווען אויסגעמישט וואטעווער..] האט מען ארויפגערוקט צו אן העכער נומבער.


דאס איז מיר א שטיקל פליאה.
איך האב זיך אלץ געוואנדערט אז די קאווע טעם טוישט זיך אינדערהיים און אין יעדן ביהמ"ד און אין דער ארבעט, על אף וואס איך נוץ נעסקעפעי איבעראל, און גאלדן פלאו מילך, און זיך געוואונדערט וואס איז דער חילוק אין טעם?
ווייסן מיר אז יעדנס'ס חלות איז אנדערש, יעדנ'ס פיש, און אלע אנדערע געקעכטס, כאטש מען מאכט נאך יענעמ'ס רעסעפי אויפן האר. עס מאכט א חילוק וועלכע וואסער, וועלכע טאפ, וועלכע אויוון.
איז דאס די זעלבע סיבה פאר קאווע?

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:45 am
דורך לעמיל
DotCom האט געשריבן:כעת האב איך אנגעפאנגען צו שרייבן א ארטיקל איבער 'וויאזוי צו מאכן א געלונגענעם בארביקיו גריל', אויפ'ן זעלבן גאנג ווי די קאווע ארטיקל, ווייל עס איז דאך מענינא דיומא, דערנאך וועל איך גיין צו פראגרעמינג אי"ה.

איך האב נאר א פיצקעלע צייט יעדן טאג צו שרייבן, אויך נישט יעדן טאג, אבער איך וועל טרייען מיין בעסט בעז"ה.

DotCome
מיר האפען אז אויף דאס יאר זומער וועט ארויס קומען דו ארטיקעל וויאזוי צו מאכן א געלונגענעם בארביקיו גריל
מיר ווארטען מיט שפאנונג