איזהו חכם (פה סח)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

איזהו חכם (פה סח)

שליחה דורך כוכב »

פון א קלוגן איד זאגט מען נאך א מימרא: "נישט אלעס דארף מען טראכטן, נישט אלעס וואס מ'טראכט דארף מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבן".

ס'איז אבער דא אמאל, וואס מען דארף עס זאגן פונקט פארקערט:
פון אלעס דארף מען טראכטן,
אלעס וואס מ'טראכט דארף מען זאגן,
אלעס וואס מ'זאגט דארף מען שרייבן!

דאס איז געזאגט געווארן ווען אימער מען טוט ביזנעס אדער מען נעמט זיך אונטער עפעס אויסצופירן, און מען גייט שרייבן א קאנטראקט.
א קאנטראקט. וואס איין שטיקל פאפיר קען טון.

אויף לשון הקודש רופט מען א קאנטראקט - א "חוזה". חוזה מיינט זען אויף ווייטער. א גוטער שטר איז א קאנטראקט וואס זעט פון פאראויס אלע סארטן פראבלעמען און אישו'ס וואס קען זיך אלץ מאכן, און פרובירט עס צו אדרעסירן און קלאר שטעלן. אויב א שטר טוט נישט דאס, עס זעט נישט גענוג ווייט אין דער צוקונפט, איז עס נישט ווערד די טינט צום חתמ'נען.

לייענט און שטוינט וויאזוי גרויסע באקאנטע פירמעס זענען אריינגעפאלן אין גרויסע פלאנטערס נאר צוליב וואס דער קאנטראקט איז נישט געווען אויסגעמאסטן געהעריג.

*

אין ענגלאנד איז הויפטקווארטירט גאר א גרויסע אויל פירמע, בריטיש פעטראליום, אדער B.P. -- ווי מען רופט עס אין קורצען. די פירמע האט געלייזט אנהויב יאר 2010 יעדן איינציגע טאג אן ערך פון 93 מיליאן דאלאר פראפיט. וואס קען מען דען נישט קויפן מיט אזויפיל געלט? מיט אזויפיל געלט קען מען סיי אויפנעמען די בעסטע לויער פירמע צו שרייבן די שטרות, אבער גלייכצייטיג קען מען מיט די כח פון דעם טייסטער לייגן שטארק דרוק אויף די זעלבע לויערס צו פארוואסערן דעם קאנטראקט, ווען די עקזעקיוטיווס מיינען אז אזוי לוינט צו טון אויף דער מאמענט, נישט קוקענדיג אויף דער עתיד. עס לאזט זיך כמעט נישט גלייבן אז אן עקזעקוטיוו פון א פירמע, וואס נעמט ארויס א פעי-טשעק פון אפאר מיליאן דאללאר א יאר צוליב זיינע פעאיגקייטן און געניטשאפט, זאל אזוי מיאוס דורכפאלן און נישט זיין גענוג דורכגעקלערט און מתון ביים אונטערשרייבן א קאנטראקט.

א פייער ברענט - פון אן אנדערער סארט

מיט פיר יאר צוריק, האט דער אויל ריג Deepwater Horizon געכאפט פייער און עקספלאדירט, אומברענגענדיג עלף מענטשן ר"ל. מיליאנען פעסלעך אויל זענען אריינגעפלאסן אינעם גאלף אוו מעקסיקא, פאראורזאכענדיג אז די נאמען פון B.P., די פירמע וואס האט אנגעפירט מיט דעם אויל קוואל וואו דער ריג האט עקספלאדירט, זאל פארשמוצט ווערן אויף אן אופן וואס האט אויסגעזען אוממעגליך זיך ארויסצוזען דערפון.

איינזעענדיג אז זייער גוטע נאמען איז א פארגאנגענהייט, האט B.P. אינוועסטירט ביליאנען דאלארן, פארפלייצענדיג די לופט כוואליעס מיט נאכאנאנדע הבטחות צו באפרידיגען און ווידערגוטמאכן טויזענטער ביזנעסעס און ארבעטערס וועלכער זענען אפעקטירט געווארן, פון שרימפ-פאנגערס ביז האטעל אייגענטומער און שוואוילטאג-שיף קאמפאניס.

איצט, אין 2014, פיר יאר שפעטער, איז שוין B.P. מער נישט אויף דער דיפענסיוו. אין מערץ פון היי יאר האט שוין די רעגירונג ווידער ערלויבט פאר B.P. צו ליציטירן אויף די רעכטן צו גראבן פאר אויל, נאכ'ן זיין געצווינגען צו 'ליידן גלות' פאר אפאר יאר. אין אפריל פון היי יאר האט B.P. געמאלדן מיט גרויס פאמפע אז די רייניגונג איז שוין געקומען צו אן ענדע, אזש די קאוסט גארד האט געמוזט מעלדן אז דער געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער. דער פארזיצער פון דער B.P. בארד אוו דירעקטארס, דזשאן מינדזשעי, איז ארומגעפארען איבער די גאנצע לאנד טריאומפיטירן די נומערן מיט וויפיל טוריזם איז געשטיגן אין די גאלף שטאטן, און ארויסהייבן די 27 ביליאן דאלאר וואס B.P. האט שוין אויסגעגעבן אויף די אויפרייניגונג. ער האט אוועקגעמאכט די סקעפטיקער וואס האבן געזאגט אז די גאלף איז נאכנישט גענוג ריין פון אויל, אלס אזעלכע מענטשן וואס זענען דא בלויז פאר זייער אייגענע צוועקן, און זוכן צו פארדינען געלט רייטענדיג אויף די רוקן פון דעם קאטאסטראפע.

אבער גאנץ מעגליך אז גארנישט קומט צו נאנט צו דער טויש וואס B.P. האט לעצטענס געהאט בנוגע די ווידערגוטמאכונג פאר יחידים און ביזנעסער וואס זענען מכלומר'שט געשעדיגט געווארן פון דעם אויל אויסגיס. אין 2012 האט B.P. אויפגעשטעלט א סיסטעם לויט וועלכע הונדערטער טויזענטער קלאגעס זענען געסעטעלט געווארן גרינגערהייט, מיט א גוטע ווילן. אבער נאך א שטיק צייט, האט B.P. אנגעהויבן ארויסנעמען פול-זייטיגע אנאנסן אין די צייטונגען, און ברייט באשריבען אין די מאושענס וועלכע זי האט אריינגעגעבן צו די געריכטן, אז לויט איר מיינונג ווערט איר וואוילקייט אויסגענוצט דורך געלט גייציגע אדוואקאטן און טונקעלע עלעמענטן וועלכע קלאגן אן צו באקומען געלט אויף שאדנס וועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געהאט.

הונדערטער מיליאנען דאלארן זענען אויסגעגעבן געווארן פאר קלאגעס וואס האבן געהאט שוואכע שייכות צו די אויל אויסגיס, אריינגערעכענט פאר ביזנעסעס וועלעכע געפונען זיך הונדערטער מיילן ווייט פון דער גאלף!

"נישט נאר איז דאס וואס פאסירט מיט די געלטער א שאדן פאר B.P.", האט געזאגט א וויצע פרעזידענט פון די קאמפאני, "נאר פאר גאנץ אמעריקא איז עס א חורבן ווען אומערליכע מענטשן ווערן באצאלט הונדערטער מיליאנען דאלארן צוליב פאלשע אנקלאגעס!"

א בוֹזה, נישט קיין חוֹזה...

אבער אדוואקאטן פאר די וואס קלאגן אן B.P. ענטפערן דערויף, און עס טראגט אפילו די שטיצע פון מערערע לעגאלע עקספערטן און יוריסטן, אז די קאמפאני טוט דא קעמפן קעגן די לעגיטימע תוצאה פון א פעלערהאפטיגער קאנטראקט וואס אירע אייגענע אדוואקאטן האבן געהאלפן שרייבן, א קאנטראקט וואס די קאמפאני האט זיך אפילו שטארק געשלאגן דורכצופירן.

די פעדעראלע קאורט אוו אפיעלס פאר די פינפ'טע סירקיוט האט געאורטיילט קעגן די קאמפאני'ס טענה אז מען עמבעזעלט די געלטער פון דער אנטשעדיגונגס פאנד מיט פאלשע קלאגעס, שרייבענדיג אין דער אורטייל: "עס געשעט היינט גארנישט וואס B.P. האט נישט אקצעפטירט פון פריער, אויסער דאס אז די קאמפאני זוכט צוריקצוציען פון איר התחייבות!" - כלומר, דער געריכט האלט, אז נאכ'ן איבערליינען דעם קאנטראקט צווישען B.P. מיט דער פאנד אדמינעסטרעטאר, איז קלאר אז דער פאנד האט רעכט צו פארטיילן מיליאנען פון B.P.'ס געלט פאר פאלשע און נישט ערליכע אנקלעגער!

וואס האט דא פאסירט?

לכתחילה, ווען די קאמפאני האט אנגעהויבן אויסטיילן געלטער פאר געשעדיגטע ביזנעסער, האט זיך עס פארשלעפט זייער לאנג ביז די אדוואקאטן און אקאונטענטס זענען געווען צופרידן און איינשטימיג אז עס קומט זיך געלט פאר דעם אנקלעגער. א שטורעם איז אנטשטאנען, און אדוואקאטן פאר די קאמפאני מיט אדוואקאטן פאר די אנקלעגער האבן זיך אוועקגעזעצט ביים פארהאנדלונגס טיש אויסצוארבעטן א גוטע קאנטראקט מיט גענויע אנווייזונגען און פרינציפען וויאזוי אומצוגיין מיט דעם פאנד.

150 פארהאנדלונג סעסיעס האבן די אדוואקטן אפגעהאלטן! ווען דער קאנטראקט איז צום סוף פארענדיגט געווארן, איז עס געווען מער פון טויזענט בלעטער לאנג. אלעס איז געשטאנען גענוי און קלאר ארויסגעשריבן, אזש עס וואלט זיך געוואלט גלויבן אז נאך אזא קאנטראקט וועט שוין אלעס גיין געשמירט. עס איז געווען א מאדעל פון א קאנטראקט. ביז עס איז נישט געווען...

וואס האט נישט געטויגט?

אין דעם קאנטראקט זענען געווען צוויי באמבעס, וואס בלויז צייט האט געפעלט אז זיי זאלן פלאצן. כדי צו פארקורצען די צייט וואס עס דויערט אויפצואווייזן א שאדן, און צוצואיילן די גאנצע מהלך פון אויסטיילן די געלטער, האט B.P. אריינגעשריבן אינעם קאנטראקט אז אנשטאט דעם וואס אודיטערס זאלן זיצן און איבערקוקן יעדע קלאגע באזונדער און איבערגיין די גענויע פרטים, וועט מען אננעמען א פארמולע ווי מען אנערקענט יעדער אנקלעגער וועלכער קען איבערווייזן אז זיין ביזנעס האט פארדינט ווייניגער געלט אין די תקופה נאך דער אויל אויסגיס ווי דאס וואס עס האט פארדינט איידער דער אויל אויסגיס, און מיט א צייט שפעטער איז עס ווידער געשטיגן. דאס איז גענוג א גוטע סימן אז דער אורזאך פארוואס דער ביזנעס האט ווייניגער פארדינט איז געווען צוליב דער אויל אויסגיס! א ביזנעס האט זיך געקענט געפונען אזוי ווייט ווי טענעססי, און דאך איז עס געווען בארעכטיגט פאר די געלטער ווילאנג די ביזנעס ביכער האבן געצייגט אויף א פארלוסט פון איינקונפט במשך די תקופה באלד נאך דער אויסגיס.

דער צווייטע באמבע איז געווען, אז B.P., וועלענדיג צייגן אן אמת'ע ווילן צו פארגוטיגן די געשעדיגטע און פאררעכטן איר נאמען, האט אריינגעשריבן אינעם קאנטראקט אז זי שטעלט נישט קיין דאַך אויפ'ן פאָנד, נאר וויפיל געלט עס וועט אויספעלן צו באצאלן אלע קלאגעס, אזויפיל געלט וועט זי אריינפאמפען אין דעם פאנד!

מען קען זיך פארשטעלן וויאזוי זייטיגע לויערס און אקאונטענטס האבן רעאגירט צו אזא קאנטראקט. זיי האבן זיך געריבן די אויגן אויב זיי זעען טאקע דאס וואס זיי מיינען זיי זעען... די אדוואקאטן און בוך-האלטערס פון די גאלף סטעיטס האבן ארויסגעשיקט בריוו צו אלע ביזנעסעס, אפילו הונדערטע מיילן ווייט, אז פאר א פרייז אפצאל וועלן זיי איבערקוקן די ביכער פון די ביזנעסעס און אויב וועלן זיי זען א פארלוסט אין די תקופה פון דער אויסגיס וועלן זיי אנקלאגן B.P. און מען וועט זיך טיילן מיט דער שלל, אפגעזען אויב דער איינקונפט פארלוסט האט בכלל א שייכות מיט דער אויסגיס. לויערס האבן אויפגעעפענט שפאגל נייע אפיסעס אין די גאלף שטאטן עקסקלוסיוו צו זיך אפגעבן מיט זוכן מענטשן אדער ביזנעסעס וואס זענען עלידזשיבעל אנצוקלאגען B.P.

די מער באזעצענע ביזנעס שותפים פון B.P., צום ביישפיל האליבארטען, האבן רעאגירט מיט אויפברויז צו דער קאנטראקט, וויבאלד די אנקלעגער ווערן נישט פאראנטווארטליך פעסטצושטעלן א שייכות צווישן זייער געלט פארלוסט מיט דעם אויסגיס. אבער זייער טענה איז געפאלן אויף טויבע אויערן. B.P. האט געהאלטן אז זיי האבן געמאכט א הערליכער ארבעט מיט דעם נייע לאנגע קאנטראקט, און דאס ביסל שאדן וואס קען זיך מאכן ווען דער פארמולע פון שאצן א קלאגע לויט די פארדינסט-פארלוסט איז באמת א תוצאה פון א זייטיגע סיבה וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער אויסגיס, איז נישט ווערד מבטל צו זיין אזא גוטע קאנטראקט!

באמת, קען מען פארשטיין פארוואס B.P. האט אזוי שטארק געוואלט חתמ'נען דעם קאנטראקט. זיי האבן געליטן א שטארקע דורכפאל, און זייער נאמען איז שטארק געשעדיגט געווארן. כסף יענה את הכל, און די קאמפאני האט געוואוסט אז די איינציגע וועג צוריקצובאקומען איר גוטע נאמען איז בלויז מיט געלט.

פארשטייט זיך אז B.P. וואלט נישט געקענט אונטערשרייבן א קאנטראקט וואס באשטעטיגט א גרויסע פאנד אן די גוטהייסונג פון אירע שיערהאלדערס, אבער אפילו זיי, אין די ווערטער פון דער געריכט וואס האט באשטעטיגט דעם קאנטראקט, האבן געהאלטן אז "דער קאנטראקט איז גוט פאר די מענטשהייט, גוט פאר ביזנעסעס, גוט פאר די געגענטער פון דער גאלף, און איז אין די בעסטע אינטערעסן פון די סטאקהאלדערס."

B.P. האט זיך גארנישט געקענט רעכטן וואספארא פידינג פרענזי עס גייט דא פארקומען. א בית הלוויות פון פלארידא האט אנגעקלאגט פאר אנטשעדיגונג, פארמערס פון מיססיססיפפי, קאנסטראקשען ארבייטער פון אלאבאמא, און לויער פירמעס פון אלע שטאטן אינדערצווישן, אלע האבן אנגעקלאגט אין גרויסן. א שיך געשעפט אין סאראסאטע, פלארידא, האט אנגעקלאגט פאר שאדנעס, כאטש וואס דער בעל הבית פון דעם געשעפט האט מודה געווען אז זיין געשעפט איז אפילו נישט נאנט צו ערגעץ וואו עס איז גערינען אויל. ער האט אבער מיט רעכט גע'טענה'ט אז ער האט פונקט אין יענע תקופה געליטן פון איינקופט פארלוסטן, און דעריבער איז ער בארעכטיגט צו קלאגן. נישט אין ערגעץ אינעם קאנטראקט שטייט אז אן אנקלעגער דארף אויפווייזן א שייכות פון זיין פארלוסט צו דעם אויסגיס.

בכלל, מענטשן וואס פארשטייען צו קאנטראקטן האבן געשטוינט -- נישט אויף די וואלגארע חוצפה פון מענטשן צו קלאגן געלטער וואס קומט זיי נישט, נאר אויף דער סורפרייז פון די B.P. עקזעקיוטיווס! א לויער פון טעקסעס איז געגאנגען אזוי ווייט ווי זיך אנטראגן פאר B.P. אנצוקלאגן זייערע אייגענע אדוואקאטן וועלכע האבן אויסגעארבעט דעם קאנטראקט, פאר מאלפרעקטעס, פאר'ן צולאזן אז אזא לויזע קאנטראקט זאל אונטערגעשריבן ווערן.

די פירמע כאפט זיך, צו שפעט

ווען B.P. האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט אפצוהאלטן די געלט פארטיילונגען, מיט די טענה אז אסאך ביזנעסעס האנדלען מיט קעש און דעריבער איז עס גרינגער פאר זיי צו באהאלטן איינקונפט און מאכן די ביכער אויסזעהן כאילו זיי האבן געליטן אן איינקונפט שאדן אין יענע תקופה, האט דער געריכט אפגעווארפן די טענה, זאגענדיגע אז אין ערגעץ אינעם קאנטראקט ווערט נישט געשריבן אז די ביזנעסעס דארפן קענען אויפווייזן פארלוסט נישט דורך קעש...

ווען B.P. האט איינגעזען אז זיי קענען נישט געווינען אין געריכט, האבן זיי פרובירט געווינען כאטש דעם דעת הקהל. זיי האבן ארויסגענומען פול-פעידזש אנאנסן אין די הויפט אלגעמיינע צייטונגען, א שטייגער ווי דער וואל סטריט דזשורנאל, דער וואשינגטאן פאוסט און דער ניו יארק טיימס, וואו זיי האבן ארויסגעהויבן אומפאראנטווארטליכע אנקלאגעס וואס די אנפירערס פון דעם פאנד האבן באשטעטיגט, מיט'ן ציל צו פארשעמען די וואס זיצן ביים שיסל, און אזוי ארום לייגן דרוק אויף זיי איינצוצוימען די געלט טיילעריי.

B.P. ווייזט אן אין די אנאנסן, אז 60 טויזנט דאלאר איז געגאנגען פאר א דאקטאר 300 מייל ווייט פון דער גאלף; 5 מיליאן דאלער פאר עפעס א לויער וואס גיבט זיך אפ מיט פארטרעטן העדזש פאנדס און הונדערטער טויזענטער דאלער פאר א פאנטעיאק קאר דילערשיפ וואס האט געליטן א שאדן צוליב דעם וואס GM האט אויפגעהערט פארקויפן די סארט אויטאס... די אטאקע-אדווערטייזמענטס זענען געווען זייער קלאר און צו דער זאך געשריבן, און עס האט ארויפגעברענגט גאר אסאך בייז בלוט ביי פשוט'ע אמעריקאנער מענטשן קעגן די וואס פירן אן מיט דעם פאנד. כאטש א נחמה פורתא.

ביי הערבסט פון היי יאר, האט שוין B.P. זיך געקריגט אין קאורט קעגן איינס פון יעדע פינף אנקלאגעס! די קאמפאני טענה'ט אז כאטש עס שטייט נישט בפירוש ארויס אינעם קאנטראקט, האבן די געלט אדמיניסטראטערס פון דעם פאנד די פליכט גרונטליך נאכצוזוכן די לעגיטימקייט פון יעדע אנקלאגע. לעומת זה טענה'ן די אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן די אנקלעגער, אז אין א טויזענט-בלאט קאנטראקט איז גארנישט "זעלבסטפארשטענדליך" אויב עס שטייט נישט בפירוש ארויסגעשריבן. אלעס וואס איז וויכטיג איז ארויסגעשריבן געווארן, און דאס וואס שטייט נישט קען מען נישט דערהערן דורך א דיוק.

א גרויסע פירמע, טייערע אדוואקאטן, אבער א שטר וואס איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וואס עס איז געדרוקט! וויאזוי קען זיין אזא זאך? מען צאלט א הון תועפות פאר די בעסטע מוחות אויסצוארבעטן א גוטע שריפט, און לבסוף שטעלט זיך עס ארויס אלס מידיאקער ארבעט? נאר, די מעשה איז טאקע א גוטע לעקציע פאר יעדען איינעם וואס דינגט א גוטע שריפטשטעלער פאר די שטרות: די פירמע האט געטון א קלוגע שריט מיט'ן אויפנעמען א געניטער קאנטראקט לויער. דאס איז די ריכטיגע וועג זיך אומצוגיין אין ביזנעס. מען נוצט געלט זיך איינצוקויפן טאלאנט וואס מען פארמאגט נישט אליינס. אבער מען טאר זיך נישט אליינס שיסן אין די פיס. מיט דעם איז B.P. באגאנגען א פאטאלע טעות -- זי האט באאיינפלוסט אירע לויערס צו שרייבן עפעס וואס זיי וואלטן בחייהון וביומייהון קיינמאל נישט געשריבן מדעת עצמם. די פירמע האט זיך פלוצלינג געזען פאר א גרויסע PR דיזעסטער וואס זי האט געוואלט פארמיידן אויף אלע קאסטן, טיילן כמעט אומזיסטע געלטער פאר די מאסן איז פון אייביג אויס געווען א גוטע מיטל זיך איינצוקויפן גוטע פריינט און א גוטע נאמען, האט B.P. באאיינפלוסט אירע אדוואקאטן צו שרייבן א לויזע שפראך אינעם קאנטראקט ביי אלעס וואס איז נוגע דאס טיילן געלט פאר די געשעדיגטע ביזנעסעס. דאס איז א מעשה לסתור מיט'ן דינגען טייערע אדוואקאטן צו שרייבן דאס בעסטע קאנטראקט!

*

מיינט אבער נישט אז נאר ביי א פשוט'ע פירמע מאכן זיך אזעלכע אומבאלומפערטע שטרות. די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, וואס כסף וזהב לא ישוה להם, זענען אויך נישט פארשוינט פון דעם...

...אלא חורא גנב!

די גרויסע באקאנטע קאמפיוטער פירמע היולערד-פעקערד, בעסער באקאנט מיט אירע בוכשטאבן, HP, נעמט אן צו סערוויסן די קאמפיוטער געברויכן פון גרויסע פירמעס. דאס מיינט אויפהאלטן די וועב געברויכן פון די דאזיגע פירמעס, און בכלל אכטונג געבן אויף די וואוילזיין פון זייערע קאמפיוטער סיסטעמס און עס מעינטעינען ווען נויטיג.

איינע פון HP'ס גרעסטע קליענטן איז דער אמעריקאנער ארמיי, מער ספעציפיש, די נעיווי אפטיילונג. 800,000 באניצער זענען אקטיוו אויף די נעיווי נעטווארק ווען אימער, אויסגעשפרייט אויף איבער 2,500 לאקאלן.

HP שרייבט אויף זייער וועבזייטל, אז "די נעיווי און מארין קארפ. נעטווארק וואס זיי סערוויסען, איז די וועלט'ס גרעסטע און פארזיכערסטע אינטערנעט, און אז זייער זיכערהייט מיטלען זענען בלי שום ספק גאר א גרויסע וועליו פאר די נעיווי."

ווער קען זיך טענה'ן מיט אזא שטארקע סטעיטמענט?

אה, די ערגסטע קאשמאר וואס קען נאר זיין מאכט אש און פארעך פון דעם באמבאסטישע סטעיטמענט.

איראן, דאס לאנד וואס רופט אן אמעריקא "דער גרויסער שטן", האט באוויזן צו אינפילטרירן די נעטווארקס פון די נעיווי און ארויסנעמען פון דארטן ככל העולה על רוחם! גאנצע 4 חדשים האט געדויערט פאר דער מיליטער צו פאררעכטן די שאדנס וואס אזא אינפילטרעישאן האט פאראורזאכט. אויסער וואס די נעיווי האט געמוזט פארמאכן די לעכער דורך וועלכע די איראנ'ער זענען אריינגעקראכן אין די סיסטעמס, האט די נעיווי געמוזט איינפירן נייע קאודס, ארומרוקן פוירסענאל און באאמטע פון איבער דער גארער וועלט וועלכע זענען קאמפראמייזט געווארן, און בכלל טוישן אלע סארטן מיליטערישע פלענער צו וואס די איראנער האבן געקענט האבן צוטריט.

באמערקונג: די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך אן אנאנימער שרייבער און איז ערשינען אין פה-סח אונטער'ן פסעוואדנים פה סח שטאב.
רעאגיר