בלאט 1 פון 1

פי החירות! (פה סח)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:43 pm
דורך כוכב
[left]"כי הדיבור הוא יסוד הנפש, תרגום נפש חי ורוח ממללא."
רבינו צדוק הכהן, צדקת הצדיק, נ"ג[/left]

די גאולה פון דאס אידישן פאלק ארויס פון גלות מצרים האט זיי ערמעגליכט איבערצולאזן שווערע פיר הונדערט יאר פון הינטערוויילעכטס. דעקאדעס פון פיזישער ארבעט, און פיזישער פיין. די מסורה פארציילט ווי די קליינע קינדערלעך זענען נעבעך אריינגעווארפן געווארן אין טייך. פרעה האט זיך – אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט – געבאדן אין אידיש בלוט. אין יונגע זוידיגע בלוט.
די בשורת הגאולה האט מיטגעברענגט מיט זיך ווירקליכע פרייהייט. מער קיין שעבוד, און מער קיין אפמוטשענדע ארבעט. דער גלות-איד האט צום ערשטן מאל געקריגן צו שפירן דעם זיסן טעם פון א בן חורין.
ווען מיר פראווען דעם חג הגאולה ווערט זי גערופן "פסח". ווי עס שטייט אין זוהר טוט דאס באדייטן "פה-סח", דאס פרייהייט פון ווארט! דאס לערנט אונז אז אז מיר טוען נישט באטאנען די מאטעריאליסטישע אספעקט פון פרייהייט אלס א צענטער-פונקט פון אונזער גאולה. דאס איז נישט קיין גאולה. מיר טוען אונטערשטרייכן די זעלישע גאולה פון חירות פאר'ן דיבור. נאר דאס הייסט חירות. ווען דער דיבור גייט ארויס פון געפענגעניש צו דער פריי, אט דאן איז דער אדם א בן חורין.
דער דיבור דאס איז דער אדם. כי הדיבור הוא יסוד הנפש. אז דער גוף רועט אבער דער זעל איז געבינדן, איז דאס קיין פרייהייט. חירות פאר'ן נפש באדייט חירות פאר'ן דיבור, און חירות פאר'ן דיבור באדייט חירות פאר דער נשמה.

בכל דור ודור
מיר סימבלאזירן נישט בלויז א פרייהייט פון א טיראנישן הערשאפט פון דער פארגאנגענהייט. בכל דור ודור חייב אדם לראות כאילו הוא עצמו יצא ממצרים. עס איז די טראנספארמאציע פון עבדות צו חירות אינערליך אין איטליכן זעל וואס מיר פייערן מיט פראכט.
דאס איז דער יום טוב פון פה-סח. די מעלאנכאלישע חמצ'דיגע "ויצעקו", ווערט פארטוישט צו א חירות'דיגן שיינענדן דיבור פון "והגד"ת לבנך ביום ההוא לאמ"ר"; אנשטאט דער "לא איש דברי"ם אנכי", נעמען איבער די "ד' לשונו"ת של גאולה" וכנגד ארבעה בנים דבר"י תורה; און אין פלאץ פון דעם "ואני ערל שפתיים", פארפולקאמען מיר דעם "את פסח לו", מיט די "ד' לשונו"ת של גאולה".
פסח ביינאכט טוט די חירות פון ווארט דערגרייכן אין אלע קעמערלעך און ווינקלען, אויף יעדן שפראך, און פאר יעדן כלי קיבול נאר פאסיג.

כל ימי חייך
אונזער באליבטע "קאווע-שטיבל" טוט אונז ערמעגליכן א חירות פאר דער מחשבה, א חירות פאר'ן ערליכן דיבור דורכאויס דעם שאור'דיגן כל ימי חייך. זי עפנט פאר אונז קוועלער פון שפורדלדיגע חכמה וואס איר קענט נישט געפינען ערגעץ אנדערש. וכנגד ארבעה בנים דברי תורה. יעדער איד ווערט באגריסט מיט אפענע ארעמעס. כולנו בני איש אחים אנחנו.
"קאווע-שטיבל" שטעלט מיט זיך פאר דעם קאלירפולן רעגנבויגן פונעם מענטשליכן טראכט. דערמיט גיבט זי אונז אן ארט זיך צו הויבן א טראפ העכער, און זיך אומקוקן מיט'ן אן אביעקטיוון אדלערישן בליק צו די ווייטע האריזאנטן; די שטימע פון יושר און צדק, און עפנט די אויגן ארויסצוקריכן ארויס פונעם בת היענה'ישע מענטאליטעט; דער קוראזש איבערצולאזן דער מיצר פון דער באקוועמער-זאנע, און אפשאקלען די שטויב-ווינטן פונעם אייגענעם געלויף.
"קאווע-שטיבל" שענקט אונז א אידישקייט וואס איז פיל ברייטער ווי דער דארפישער מצות אנשים מלומדה; א חכמה וואס איז פיל טיפער ווי דער טיפישער השקפה ראשונה; א חירות פאר'ן דעת, און א חירות פאר'ן דת.
"קאווע-שטיבל" עפנט טויערן וואס איר האט קיינמאל געוואוסט זיי עקזיסטירן, ברענגענדיג א שטענדיגער רייץ און צמאון צו פארפולקאמען דעם "דע את אלוק אביך ועבדהו", אויף א העכערן און ברייטערן שטאפל ווי א טאג בעפאר.

כי כל פה לך יודה
איך קען נישט גענוג באדאנקען די געטרייע שרייבער רעדאגירער און ספאנסאר, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס האבן אזויפיל בייגעשטייערט צום "פה-סח". אן אייך וואלט דער חלום קיינמאל פארווירקליכט געווארן.
[tag]געוואלדיג[/tag] איז געווען א געוואלדיגע הילף, [tag]פישלע העררינג[/tag] און [tag]אפטעמיסט[/tag] זענען געווען די מתחילים במצוה. און [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]פלאוויוס[/tag] און [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] האבן אזויפיל בייגעשטייערט צו דער רעדאגירונג.
מיין טיפסטער דאנק פאר'ן געניטן גראפיסט [tag]מה הוא[/tag]. דער מאגאזין איז אים צו פארדאנקען. ער האט נישט געקארגט קיין מי און פלאג. אן זיין מאסיווער הילף וואלט "פה-סח" פארבליבן מיין גוטער ווילן.
און א דאנק אייך טייערע ברודער, איר זענט אלע א חלק פון קאווע-שטיבל, און אן אינטעגראלע ראלע אין איר הילכיגן און ווייטגרייכנדן סוקסעס.
חג הגאולה, ה'תשע"ה
כוכב