וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

שליחה דורך אפטעמיסט »

שמעו נא רבותי, לאמיך מיר גלייך מאכן די שניפסל, עםםםם, יא, רבותי, כ'בין א ביישן חחח, אבער אז מ'מאכט א שמחה איז נישטא קיין ברירה. ירמי' הנביא איז שוין מקונן במקום שאין איש השתדל להיות פריש, נו, עםם הא, עטס ווייסט אוודאי, דער רבי ברענגט אין על הגאולה, אקעי שוין, איז לאמיר נישט מאריך זיין ---- ס'איז באקאנט אז ס'איז נישט באקאנט אז ס'פלעגט זיין באקאנט די באקאנטע מעשה מיט'ן רבי'ן, ס'פעלט נישט אויס איבערצוקייען, אבער חחח מ'ווייסט שוין, ס'ווערט געברענגט, אוי זאל דער אייבערשטער אונז שוין אויפרעכטן, די באבע איז דאך געווען אזא אשה צנועה, געוואלד, אייביג מיט פאלם און א שירצל זאל שוין מקיום ווערן דעם פסוק אין תורה וגלחה את ראשה. נו, ס'ווערט שפעט, עטס ווייסטס זיכער, יא שוין, אוודאי, אקעי — גוט, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן חחחח אמן כן יהי רצון שכויח -------

****

מ'רעדט כסדר וועגן מאכן א וואטסעפפ גרופע, גיין וואוינען אין שמעקעסוויל, יא גילוי נישט גילוי; קינדער הערטס אויף דמיונ'ען, די אויבנדערמאנטע פייערונג איז אין ריאליטעט פארגעקומען צווישן א געקליבענע פאר ידידים, מחשובי תומכי מוסדותינו הק' לרגל השמחה במעוני בהולדת התגובה האלפיים בס"ד. צווישן די פארזאמעלטע האבן זיך אנגעזען אזעלכע ריזן ווי [tag]כוכב[/tag] און [tag]שמעקעדיג[/tag] און אזעלכע סעלעברעטיס ווי [tag]זר זהב[/tag] און [tag]פידלער[/tag].

ס'איז דא בילדער פון די פייערונג, אבער ס'וועט פארשטייט זיך נישט פארעפענטליכט ווערן. פאר די וואס זענען גאר נייגעריג איז כוכב טאקע אן אויסטערליש געלונגענער אינגערמאן, שארף כריזמאטיש און שפיזיג, אבער זיין אויסזען איז, יא, ווי מ'זאגט, כ'מיין, היבש אומאיינגענעם. גאר נידריג און צו די פעשליכע זייט — איידל גערעדט. זר זהב איז יא מאגער מיט דארק-סקין ממש א ברכה צו מאכן. שמעקעדיג ווייסט מען דאך שוין איז שוויציג און איבערוואגיג, ווידעראום פידלער איז ליטערלי א פרי עץ הדר.

נישט לאנג צוריק, ווען כ'האב ערשט אנדעקט אז ס'איז דא אזא וועבזייטל ווי "קאווע שטיבל" האב איך נישט געחלומ'ט אז דאס וועט ווערן אן אומבויגזאמער חלק פון מיין לעבן, און כ'וואלט אוודאי נישט גע'חלומ'ט אז כ'וועל נאך איין טאג זיצן ארום א רעסטאראנט טיש מיט די אריות שבחבורה. אבער ב"ה אז מיר האבן דאס דערלעבט.

פארוואס פארצייל איך עס ענק? ווייל איך וויל ארויסברענגען אז אזוי שמועסענדיג — בשעת'ן קייען די געפרעגלטע לעבער און געשמאלצענע בקר — צווישן די ליצנות פון זר'לע, די ליבשאפט פון שמעקל און דברי חכמה פון ר' פידלער, האב איך אנגעפרעגט ביים עולם וואו און וויאזוי זיי האבן געהערט פון ק"ש. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל הגם דער פון בודעפסט גלייכט נישט ליובאוויטש און שלום דין אויך נישט, זענען מיר נאך אלס ענליך צו זיי מיט'ן פילאזאפיע פון יפוצו, און מיר קענען זייער באשטיין אז די ליכטיקייט פון ק"ש זאל אפילו ווייטער שיינען, און אויפפלאקערן די הערצער וואס זענען נאך ליידער טריקן פון כמורע.

שמעקעדיג טענה'ט אז ער האט געהערט פון ק"ש פון זיין זון זייגער פון קרעטשמע. זייגער, וואס איז, אגב, נישט גערופן געווארן צום פארטי צוליב זיין פארנומענע סדר היום דארט אין קרעטשמע וואו ער איז פארנומען שרייבן, לייענען, פרעגן און ענטפערן, האט איין טאג בשעת אבות ובנים אויפגעקלערט זיין פאטער, וואס וועט שפעטער באקאנט ווערן אלס שמעקעדיג, וועגן א פלאץ אויפ'ן אינטערנעט וואו מ'קען טרינקען בחנם קאווע. שמעקעדיג, דאן באקאנט אלס ראלעקס-זייגער, האט זיך צוגעכאפט דערצו און מיט די שמעקעדיגע בעקיטשע פון ש"ס זיך איינגעשריבן אין שטיבל, און די איבריגע איז היסטאריע.

איך פרעג זר "ווי האסטו געהערט פון קאווע", אבער ווי כאילו נישט אים מיינט מען שפרייט זיך אויס א צינישע גרימאס אויף זיין דיקע בארד און וואנצעס, און ער זאגט אזוי מיט א גלייכגילטיקייט "גלייבמער, כ'האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט". ווען כ'פרוביר אים מסביר זיין אז דאס איז א פארום אויפ'ן אינטערנעט וואו ער האט פארברענגט זיינע כולל-יארן איידער ער איז געווארן א מיליאנער, לייקענט ער שטיין און ביין. "איך" הייבט ער אן מיט גאות "פלעג קיין מינוט, אפילו קיין סקונדע, נישט פארברענגען מיט שטותים, דאס איז די סוד פון מיין רייכקייט".

ס'קומט בעצם א באזונדערער אשכול איבער די מסיבה, אבער פאר יעצט וויל איך סתם אזוי אנפרעגן ביים עולם. היינט ווען מ'רעגיסטרירט זיך אין קאווע שטיבל ווערט מען געבעטן צו שרייבן וויאזוי מען האט געהערט פון ק"ש. אמאל איז נישט געווען די פראגע ביים זיך רעגיסטרירן, און ס'איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי מיר, עי-קעיס, האבן געהערט דערפון.
איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא. איז בעט איך דער עולם זאל שרייבן זייער רייזע קיין קאווע שטיבל און איר אנדעקונג. היינט, זע איך, איז ק"ש היבש מער אקטיוו אויף טוויטער ווי ס'פלעגט זיין בשנים קדמניות איז קען זיין אז דאס ברענגט נאך אידן, אבער אמאל איז די הנהלה כמעט נישט געווען אקטיוו אויף סאציאלע מידיא, איז למען הצלחת השטיבל ביטע נעמט א מינוט און זייט מודיע וואס האט אייך געברענגט אהער.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר