די נייע עשרת הדברות!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

די נייע עשרת הדברות!

שליחה דורך אדנירם »

[center]הקדמה קצרה:[/center]
נאכן צווייטן וועלט מלחמה, האט דער באשעפער געזען אז די אלטע תורה, און די שפיץ דערפון - די עשרת הדברות, זענען צו ווייניג פאר אונז קריגס געליטענע, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אונז געגעבן אן אויסגעבעסערטע ווערסיע פונעם עשרת הדברות, דורכן הייליגן סאטמארער רב, און נאך קדושי עליון נבג"ם וזצוק"ל.

אויב איז אייך נישט אויסגעקומען צו ליינען דעם אינהאלט פון די נייע צען געבאטן, האט איר דא די שטיקל לוחות וואס כ'האב אפירגעקראצט פון אונטערן בארג סיני שב'וויליאמסבורג הבירה.

הרי שלך לפניך:



[center]פרק א'.[/center]
(א) און גא-ט האט איבערגעגעבן זיינע געבאטן אין די מויל פון יואל רבינו זיין קנעכט, און אינעם מויל פון נאך רבי'ס אזוי צו זאגן: (ב) רעד צו די אידישע קינדער און זאג צו זיי, איך האב מחליט געווען צו געבן א פרישע עשרת הדברות פאר די אידישע קינדער: (ג) גיי און זאג פאר זיי אז די נייע געזעצן שטימען נישט מיטן שכל, אבער דאס זענען 'חוקים בלא טעם': (ד) איז יואל געגאנגען צו די אידישע קינדער און געזאגט צו זיי אלעס וואס דער אייבעשטער האט אים באפוילן: (ה) האבן די אידן געענפערט 'נעשה ונשמע', אלעס וואס דער רבי בעט וועלן מיר טון און הערן: (ו) און יואל האט צוריקגעקערט די ווערטער פון די אידן צו גא-ט, און עליונים ששו ותחתונים עלזו: (ז) דאס זענען די צען געבאטן וואס דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן פאר די אידישע קינדער, אינעם מויל פון יואל און אנדערע זקני העדה:

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר