בלאט 1 פון 1

'דעת תורה' אין קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
דורך יאיר
וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @דעת תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט אין דער פארגאנגענהייט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.