קאמישע זכרונות'לעך פון די ישיבה יארן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

קאמישע זכרונות'לעך פון די ישיבה יארן

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

ביי יעדעם איינעם פון אונז שווימט אמאל ארויף אינטערעסאנטע /קאמישע פאסירונגען וואס האט זיך אפגעשפילט אין די אינגערע יארן עס וואלט כדאי געווען ווען מען דערמאנט זיך עפעס א אינטערעסאנטע עפיזאד עס אראפ צו שרייבן און אזוי מהנה זיין אנדערע חברים ,

ביינונז אין ישיבה איז געווען איין אויסנאם מחותן רב נאס (מאנסי) ער פלעגט נעמען איידימער דווקא נישט די גרעסטע לומדים (שיין גערעדט ...) האבענדיג א מספר טעכטער ווי בנות צלפחד . פלעגן זיין א שיינע צאל בחורים האבן זיך איבערהויפט נישט אנגעשטרענגט דער לימוד וויסענדיג אז זיי האבן פאטענטשעל ביי משפחת נאס .
דער טאג נאכן שידוך פון זיין אינגסטען טאכטער איז דער ראש ישיבה אריין געקומען אין ישיבה אויסקלאפענדיג אויפן בלעמער רבותי , "נאס" האט זיך שוין "אויסגעטריקענט"מען קען זיך שוין זעצען לערנען ...!!!

געווען א משגיח נאך יעדער שידוך ווען דער בחור איז אנגעקומען אין ישיבה דער נעקסטען אינדערפרי ווי פארשטייט זיך פלעגט דער חתן דינן ווערן בארינגעלט דורך זיינע חברים , דער משגיח פלעגט זיכער מאכן יעדעס מאל זיך אזוי צושארן צום גרויסען קופקע אנווינטשן דעם חתן און אזוי שטילערהייט (אז די ארומיגע זאלן הערן...) מסיח לפי תומו געבן א ווארף אריין : איך האב שטארק צוגעהאלפן צום שידוך ,
ויהי היום ער שארט זיך צו צום געזעמל אנווינטשן שטייזיך נישט פארגעסן אריין צו מורמלען זיין באליבטע = איך האב שטאר ארויס געהאלפן עס זאל געשען = . אבער דער עולם קראכט אויס אין א פלאציגע געלעכטער ! ער פרעגט גלייך וואס איז פאני דא .
זאגט אים א בחור נע, ער איז שוין א אינגערמאן ער האט געהאט זיין ערשטע קינד ...!!!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר