מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"

שליחה דורך כוכב »

א פרייד כוואליע האלט זיך אט כמעט ביים אראפלאזן אויף תושבי קאווע שטיבל מיט דעם אנקום פון דער בשורה טובה ומרנינה, אז לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב שבועות וועט ערשיינען דעם אייגנארטיגן און לאנג ערווארטעטן "ספר האישים", וואס וועט אנטהאלטן א ליקוט פון אלע פראפילן און אנשי שם ארטיקלען פון דעם וועלט בארימטן קאווע שטיבל שרייבער און מייסטער שריפטשטעלער [tag]מאראנצןזאפט[/tag].

מאראנצןזאפט וועט אויף אלעמאל געדענקט ווערן אלס איינער פון די סאמע בעסטע און געלונגענסטע שרייבער וואס קאווע שטיבל האט נאר אמאל פארמאגט, וואס האט געהאלטן געשפאנט דעם גאנצן ציבור מיט זיינע רייכע ארטיקלען, אוועקשענקענדיג אומגעהויערע טאלאנט און פארש ארבעט צו באררייכן אונזער שטיבל מיט אריגינעלע ווערק וואס זענען בשעתו געשלינגען געווארן מיט דורשט דורך אלעמען. מאראנצןזאפט האט איבערגעלאזט אונטער זיך אן אוצר אדיר, און ווי פאסיג אז די אלע פראפילן און אנאליזן זאלן צוזאמענגענומען ווערן לפונדק אחד.

דער פלאן ארויסצוקומען מיט דעם ספר האישים וועבט זיך שוין נאך פון פאר מיינע צייטן אבער איז עד היום קיינמאל נישט צושטאנד געקומען לידי מעשה. פאריאר פסח האט שוין [tag]פישלע העררינג[/tag] אנגעהויבן ארבעטן דערויף, ווי ער שרייבט אויף אן ארט ווי פאלגנד:

פישלע העררינג האט געשריבן:היות איך שטעל עס אויס לשם ולתפארת אין אינדיזיין, וואס איך לערן מיך אויף קאווע בלעטער'ס בארד, דויערט עס לענגער.

עס איז א פולקאמע הגדה של פסח! מיט הערליכע מאמרים, מלאים זיו ומפיקים נגה וואס אונזערע טייערע חברים דא האבן געשריבן. 64 לאנגע שיינע ערענסטע און באלערנדע מאמרים. עידית שבעידית.

דער וואס קען מארגן אדער שפעטער היינט נאכט אריינסיינען, לא יאוכזב.

צו דעם וועט צוקומען דער העכסט אינטרעסאנטע "ספר האישים" פון מאראנצןזאפט.


אצינד האב איך געלייגט א האנט אויף די קאפירייט רעכטן און אויב אלעס וועט גיין ווי געפלאנט וועט דאס בחסדי ה' ערשיינען לכבוד שבועות, א דאנק די געניטע צוזאמענארבעט פון כוכב און רויטע וואנצעס, אינאיינעם מיט דעם וועלט בארימטן גראפיסט [tag]מה הוא[/tag] וואס שפארט נישט קיין מי און פלאג אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתקבל.
(מתחילה האב איך גערעכנט אז דאס זאל ערשיינען אלס א סאפלומענט פאר פה-סח. עס האט אבער געמוזט אפגעלייגט ווערן צוליב דעם ריבוי החומר והמלאכה פון פה-סח.)

מיט א באזונדערער עקסטאז ווערט אויפגענומען די נייעס, אז לכבוד "ספר האישים" האט מאראנצןזאפט באוויליגט צו שרייבן א נייעם הערליכן אנשי שם ארטיקל וואס וועט צום ערשטן מאל פארעפנטליך ווערן צווישן די ספר האישים בלעטער צום פרייד פון אלע מבקשים ואוהדים.

עס איז ערווארטעט אז דער ציבור וועט אויפנעמען די פאזיטיווע נייעס מיט פרייד און מיט די ריכטיגע מאס אנערקענונג פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס האבן אריינגעלייגט אומערמידליכע כוחות הנפש אז דאס זאל טאקע צושטאנד קומען.

א באזונדערן דאנק ווערט איבערגעגעבן בשם כל הקהל הקודש פאר הנדיב הידוע ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] פאר'ן ספאנסארן א באדייטנדע טייל פון די דרוק קאסטן. תהא משכורתו שלימה מעם ה'. עס איז נאך געבליבן א טייל פון די קאסטן אפן פאר ספאנסארשיפ, און ווער ס'קען זיך ערלויבן אפילו א מינימאלע נדבה ווערט געבעטן זיך צו ווענדן אין אישי.
(אויך ווער עס קען ארויסהעלפן מיט זאמלען די נויטיגע בילדער ווערט געבעטן זיך צו ווענדן אין אישי
[tag]סאשי פיש[/tag])
איז עס בלויז געציילטע טעג וואס טיילט אונז אפ פון ווען דער היסטארישער און פרעצעדענטלאזער ספר האישים וועט ערשיינען ארויס פון די פרעס מאשינען, לשמחת לב מבקשי ה'.
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר