דער געשענעניש פון מתן תורה:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער געשענעניש פון מתן תורה:

שליחה דורך קאך_לעפל »

סיני – אין שנת ב''א תמ''ח פינעם וועלטס באשאף האט פאסירט אן אויסטערלישער געשענעניש וואס האט געטוישט דער וועלט אויף אייביג, און די קאנציקווענסן און נאכפאלגן פון דעם געוואלדיגער געשענעניש האלט נאך אן איר רושם אויף דער אלגעמיינער גלאבאלער מענטשהייט פאפעלאציע ביזן היינטיגען טאג, אריבער 3000 דערנאך, עס האט בשעתו אויפגעשאקלט די וועלט, און אזא געשענעניש האט נאך ביז דאן און פון דאן קיינמאהל נישט פאסירט. לאמיר גיין אין א שטיקל סדר.

די שקאלפן גייען ארויס פון מצרים:

אין יענעם יאר ארום 50 טעג בעפאר דער מורא'דיגער געשענעניש האט פאסירט, האבן זיך אויפגעהויבן פון מצרים עטוואס מער וואו א מיליאן שקאלפן, די מענער וואס זענען פעהיג צו דינען אין מיליטער אליינס, זענען געווען אריבער 600.000, מער ווי א האלב מיליאן! און ארויסשפאצירט פון דעם שווער באוואכטען מצרים, מיט א שטארקע האנד און א אויסגעצויגענעם ארעם, די מצרים וואס זענען דאן געווען דער גרעסטער גרויסמאכט און דעם פארגעשריטענסטע פאלק, זענען געבליבן שטיין פאלאזירט, און זיי האבן גארנישט געקענט טאן, אפילו זייערע וואך-הינט זענען געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, און זיך נישט געוואגט צו עפענען די מיילער צו בילען, דער וועלט האט דאן געשטוינט, אזאנס האט נאך ביז דאן נישט פאסירט אין די וועלטס היסטאריע.

ווי פארשטענדליך איז דאס געווען א גרויסע נידערלאגע פאר די מצריים, זיי האבן דאס נישט געקענט אראפשלינגען, דער וועלט איז געשטאנען און געלאכט פון זיי, זיי האבן פראבירט נאכצויאגן די שקלאפן און זיי אומקערן קיין מצריים אבער אן ערפאלג, נישט נאר דאס נאר זיי האבן אויך פארלוירן זייער גאנצער שטארקער מיליטער אינעם געיעג, זיי זענען אלע מיסטריעז דערטראנקן געווארן אין דעראייז-קאלטער וואסער פינעם שטורמישען רויטען ים. דאס איז שוין געווען פאר די מצריים צופיל, אבער וואס האבן דען זיי געקענט טאן.

די שקלאפן קומען אן קיין סיני:

ר''ח סיון יענעם יאר זענען די שקאלפן אנגעקומען אין דעם הייסן טריקענעם מדבר סיני, אפגעריסן און צושליסען, פארקריפעלט און צוזאם-געבראכן פיזיש און גייסטיש, נאכן דירוך פירען ביטערע שווערע צוואנגס-ארבייט פאר זייער מיצרישע אונטערדריקער, אינטער פייערדיגע קלעפ פון די אידישע קאפא'ס. פאר איבער 210 יאר.

און די פירער פון די שקאלפן האט געהייסן משה, ער איז געווען א שטיף קינד פין דעם קעניג פון מצרים, ער איז געווען א הויעכע שטארקע מענטש, און א דינאמישער פירער, און טראץ די אלע מעלות וואס ער האט באזיצט, איז ער געווען זייער באשיידן און קליין ביי זיך. משה האט באפוילן פאר דער שקאלפן צו מאכן קעמפ, און אויפשטעלן די געצעלטן קעגן איבער א געוויסער פיסטער בארג אין מיטן דעם וויסטן מדבר, וואס מען האט געריפן ג-טס בארג.

דער ערשטער טאג פון זייער אנקומען עס איז געווען א מאנטאג, האט נאך גארנישט בזונדערס פאסירט, אבער אינעם צווייטען טאג דינסטאג אין די גאר פריע פארטאגס שטונדען איז משה ארויף אויפן בארג, און ער איז באלד נעלם געווארן, קיינער האט נישט געוויסט ווי ער איז אהין געקומען.

ענליך שפעטער אין טאג האט ער זיך באוויזען מיט שטוינענדע נייעס, ער האט געזאגט אז ער האט גערעדט צום באשעפער פון דער וועלט, און דער באשעפער האט אים געזאגט אז ער וויל פארוואנדלן די שקלאפן פאר זיינס א פאלק, און מאכן פון די שקלאפן א פאלק פון הערן גאר אן עליט פאלק, די שקאלפן זענען געכאפט געווארן אין א טאטאלער שאק, זיי האבן זיך אויף דעם גארנישט געהאט געראכטן.

זיי האבן באלד געפרעגט משה וואס איז דער קעטש? וואס דארפן מיר טאן אז דאס זאל צושטאנד קומען? זאג זיי משה אז דאס קען בלויז צושטאנד קומען אז זיי נעמען זיך אונטער, אויסצופאלגן אלעס וואס ג-ט וועט זיי באפעלן, ער האט זיי קלאר געזאגט אז עס קען זיין אז ג-ט גייט באפעלן גאר שווערע זאכן וואס וועט זיין שווער איינצוהאלטן, און נאך מער אויב מען וועט זיי נישט איינהאלטן וועט מען זיין אויסגעשטעלט צו שווערע שטראף, פלא איבער פלא די שקאלפן זענען איינגעגאנגען אויף דעם, און זיי האבן מסכים געווען, ניטאמאל וויסענדיג וואס ג-ט וועט אלס פארלאנגען פון זיי. דאס ווערט גערופן מיטן קאויד נאמען "נעשה ונשמע".

משה האט איבערגעבן פאר ג-ט דער אנווארט פון די שקאלפן, און ג-ט האט אים געגעבן אינסטראקציעס ווי פאלגענד: גיי אראפ צו די שקאלפן און זאג זיי אז איך גיי קומען רעדן צו זיי פארזענדליך, איך וויל דירעקט פארהאנדלן מיט זיי, איך וויל זיי זאלן הערן מיינע פארלאנגען פון מיין מויל זעלבסט, איך וויל אז זיי זאלן זעהן ווי איך רעד מיט דיר, אזוי אז זיי זאלן אויף אייביג גלייבן אין דיר, זאגט ג-ט פאר משה.

משה האט דאס איבערגעגבן פאר די שקלאפן, וואס זענען געווארן עקסטאזיש פון די מורא'דיגע נייעס אז ג-ט זעלבסט גייט קומען רעדן מיט זיי, דאס איז אן איבעלעבעניש וואס קיין שום פאלק האט נישט געהאט אין די היסטאריע, אז ג-ט זעלבסט זאל רעדן מיט זיי ווי א מענטש רעדט מיט זיין חבר.

די הכנות גייען אן אין פילן שוואנג:

ג-ט זאגט ווייטער פאר משה, גיי מאך גרייט די שקאלפן, צוויי טעג זאל זיי נישט האבן קיין געשלעכטלעכע באציאונגען מיט זייערע ווייבער, און זיי זאלן זיך טויבלן אין א מקווה, זיי זעלבסט און ווי אויך די קליידער זייערע, דער רעגעלאציע איז געווען אקטועל סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען.

ווי אויך זאגט ג-ט פאר משה, אז ער זאל אנזאגן פאר די שקלאפן, אז צו צירירן צום בארג איז שטרענג פארבאטן! און דער שטראף פאר פארלעצער איז טויט, דאס איז אקטועל פאר מענטשען און בהמות צו גלייך, דאס איז גילטיג ביז ווילאנג מען הערט נישט דער שאלן פון א שופר, וואס נאר דאן ווערט דער רעגולאציע אנעלירט.

משה האט דאס איבערגעבן פאר די שקאלפן, און די צוגרייטינגען זענען אריין אין קראפט, מען האט זיך געטויבלט אין מקוואות, די מענער די פרויען, מען האט געטויבעלט די קליידער, עס האט זיך געטאן א באלאגאן אינעם לאגער, דער עולם האט שוין קוים געקענט ווארטן אויף דעם גרויסען געשענעיש.

די הכנות האבן אנגעהאלטן פאר 3 טעג, משה האט צו געלייגט נאך א טאג, אזוי אז די צוגרייטינגען זאלן זיין פולקאם, מען האט געשטעלט גרויסע צוימען ארום דער בארג, אדש עס זאל זיך פאר קיינעם גארנישט פארגליסטן ארויף צו גיין אויפן בארג, די נייגעריגע שקאלפן האבן געמיזט איינהאלטן זייער נייגער, די עסקנים די מאכערס פון די שקאלפן געמיינדע, האבן אנגעהויבן מאכן ווי איי פי קארטלך, אז זיי זאלן זיין מער פון א צווייטען, און זיי זאלן יא קענען ארויף אויפן בארג, עס האט זיי אבער גארנישט געהאלפן, קיינער האט זיך נישט געוואגט אפילו צוצירירען צום בארג. קיינער האט נישט געוואלט ריזיגירען מיטן לעבן.

ג-ט קומט אראפ פון הימל:

אין דעם דריטען טאג פון די הכנות דאס איז געווען א שבת טאג, דערוועקן זיך די שקאלפן אויף פינעם טיפן מדבר שלאף מיט ציטער און אנגסט, עס דינערט, עס בליצט, דער ערד ציטערט, דער בארג פלאקערט מיט א העליש פייער, עס גגייט גאר ש שווערע שטיקענדער רויעך, עס הערט זיך א שארפע פייף פון א שופר וואס ווערט אלס שטערקער און שטערקער, עס האט אויסגעזעהן ווי דער וועלט גייט אונטער. די שקאלפן האבן געציטערט פאר זייער לעבן, און זענען געווען אינגאנצען פארלוירן.

משה האט זיי אנגעהויבן צו טרייבן צום בארג, און ער זעלבסט איז ארויף אויפן בארג, עס האט געהערשט א פחד און א שרעק, מיטאמאל הערט זיך א קויל "איך בין אייער ג-ט וואס האט אייך ארויסגענומען פון מצרים פינעם שקאלפן הויז" ווידער הערט מען א קויל "איר זאלט נישט האבן קיין פרעמדע געטער פאר מיין פנים און איר זאל נישט האבן קיין אויסגעהאקטע בילדער פון באשעפנישען פון הימעל און פון דער ערד, און פון די וואסערן פון אונטער דערר ערד, איר זאלט זיך פאר זיי נישט ביקען, און איר זאלט זיי נישט דינען, ווייל איך בין אייער ג-ט, און איך בין א צארנדיגער ג-ט וואס איך רעכן מיך אפ מיט מיינע שונאים דורי דורות, און איך טוה גענאדע מיט די וואס ליבען מיר אויף דורי דורות."
דאס איז שוין געווען צופול פאר די שקאלפן זיי האבן נישט געקענט פארטראגן דעם אויסטערלישער פחד און שרעק, דאס עצם געדאנק א ג-ט זעלבסט רעד צו זיי האט זיי געמאכט איינמאכן, זיי האבן דאס נישט געקענט איבערטראגן, האבן זיי געבעטן משה אז ער זאל זאגן וואס ג-ט וויל.
משה האט טאקע אזוי געטאן, און ער זאגט ווייטער "איר זאלט נישט שווערן אין ג-ט נאמען אויף פאלש, ווייל ער וועט אייך נישט מוחל זיין דערפאר", ווייטער זאגט משה, "איר זאלט געדענקן דעם שבת אים צו הייליגן", משה זאגט ווייטער "איר זאלט אפגעבן כבוד פאר אייער פאטער און מיטער, אז איר זאלט לאנג לעבן" "איר זאלט נישט הארגענען" איר זאלט נישט מזנה זיין" איר זאלט נישט גנב'ווענען" "איר זאלט נישט פאלש עדות זאגן אויף אייער חבר" "און איר זאלט נישט גליסטן אייער חבר'ס הויז, ווייב, קנעכט, דינסט, אקס, אייזעל, און אלעס וואס ער האט נאר".

די שקאלפן האבן געציטערט פאר שרעק, עס האט זיי געקלאפט א צאן אויף א צאן, די האר פון קאפ האבן זיי זיך געשטעלט קאפויער, דאס אנגסט איז געווען עד אין לשער. ביז ענדליך האט זיך געהערט דאס שאלן פינעם שופר, וואס דאס האט באדייטעט אז דער מעמד איז פאריבער, אין מען קען שוין ציריק גיין צום רוטינער לעבן.

דער מעמד איז פאראייביגט געווארן, און עס גייט קיינמאהל נישט ארויס פון זיכרון, נאך ביזן היינטיגען טאג טוהן נאך די אייניקליך פון די שקלאפן געדענקן דעם פארכטיגער מעמד, ווי זייערע עלטערן האבן זוכה געווען אז ג-ט זעלבסט האט מיט זיי גערעדט.

און 6 טאג ארום גייען די אייניקליך פין די שקאלפן פייערען דעם אנדענקס טאג פון דעם פארכטיגען מעמד.....

ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר