דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

שליחה דורך קאך_לעפל »

שאו עניך מסביב וראו כי כולם נקבצו לך – דער דאזיגער פסוק שרייט זיך ארויס פון די לעפצען, אנקומענדיג ערב יום טוב שבועות קיין קרית יואל. די אלע שאסייען וואס שלענגלן זיך קיין קרית יואל זענען פיל מיט צענדליגע טויזענעטער חסידים. וואס מאכן זייער וועג קיין קרית יואל, צו זיין דעם הייליגען יו''ט שבועות ביים רבי'ן שליט''א, און מקבל זיין די הייליגע תורה יחד ברבבות אלפי ישראל ומלכם בראשם.

ווי מען גייט נאר און ווי מען שטייט נאר זעהט זיך אן די שווערע טויזענטער אנקומענדיגע געסט, וואס לאדענען אפ די אוטוס מיט די שווערע געפעק און זעק פון צרכי החג, און שטופען זיך צוזאם אין ענגע קליינע דירות מיט די גאצער פאמיליע אינאיינעם, און מעולם לא אמר אדם צר לי המקום, אז עס איז פארהאן אמת'ע אהבה איז דא פלאטץ פאר יעדן, די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגען יו''ט בצילא דמהיימניתא, זעהט זיך ממש אן אין יעדען ווינקל פון שטעטל, די מקוואות זענען איבערגעפאקט פון רבבות אנ''ש וואס זענען מקיים דעם חייב אדם לטהר את עצמו ברגל, דער שטעטל פארט אויף רעדער, ביזן זמן פינעם היילייגען קוים-ערווארטעטן יו''ט קומט שוין אן, וואס דאן קומען אלע הכנות צו א האסטיגע אפשטעל, און דער גאנצער עולם נעמט זיך שפאנען מיטאמאל צום ריזען בית מדרש, אין וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט נאך אין איר אפגעראכטען זיין הייליגע עבודה, מקום שהתפלל אותו צדיק.

אנקומענדיג אין בית מדרש אנפלעקט זיך א גאר א הערליך בילד, דער בית מדרש איז אויסגעלייגט מיט שווערע טויזענטער פרישע זיץ פלעצער, יעדע שטענגל און ווינקל איז פארוואנדעלט געווארן פאר נאך זיץ פלעצער, דאך איז א גרויסער עולם געצווינגען צו פארבליין שטייען אויף די פוס ביי די דירך-גענג און דער בית מדרש איז הערליך באצירט מיט ביימער און בלומען כמנהג ישראל, און ווי אויך איז דער מקום קדוש פון רבינו שליט''א באצירט מיט אן הערליכען קינצליכען שער און מיט א כתר לכבוד התורה, דער גאנצער פולקעפיגער עולם שטייט צוזאמענגעשטיפט און ווארטן מיט שפאנונג אז רבינו שליט''א זאל אריין קומען אין בית מדרש צו מערבית של חג.

מיטאמאל ויהס כל העם אשר במחנה, דער גאנצער עולם ווערט שטיל און מען שטעלט זיך אויף מיט יראת הכבוד, און יעדענס אויגן איז געוואנדען צו דער טיר, ווי רבינו שליט''א ערשיינט אין בית מדרש מעוטף בטליתו, באגלייט מיט זיינע משמשים בקודש, און זיין הייליגער פנים שיינט בקדושת החג, רבינו שליט''א שפאנט תיכף צו צום עמוד צו תפילת מנחה, וואס דער רבי דאווענט פאר מיט גרויס התעוררות.

דערנאך שיקט רבינו שליט''א איינע פון די חשובע געסט צו מערבית, וואס הייבט תיכף אן מיטן מקובל'דיגען נאסטארלאגישען יום טוב'דיגער ניסח.. ברכו את השם המבורך.., און ווערט באלד אפגעענפערט מיט א הילכיגען ברוך השם המבורך.. פון די שווערע טויזענעטער און טויזענעטער מתפללים. ביי אהבת עולם לאזט זיך דער גאנצער עולם ארויס אין א פייערדיגער געזאנג בשמחת התורה, אדש די ווענט פון בית המדרש זינגען מיט, און מען פארענדיגט דאס דאווענען.

תיכף נאכן דאווענען שלענגעלט זיך דער גאנצער ציבור אין די לאנגע רייען, צו קענען שלום נעמען פונעם רבי'ן שליט''א און ווינטשען א גוט יום טוב, חייב אדם לקבל פני רבו ביום טוב. ואף הוא עונה כנגד המברכים בפנים צהלות. איבער א שעה נעמט דער גוט יום טוב זאגן, און רבינו שליט''א שטייט מיט געדילד אויף זיין פלאטץ מעוטף מטליתו, ביז דער גאנצער פילצאליגער עולם פארענדיגט דירך צו גיין כצאן לבני מרון.

דער עולם איילט זיך אהיים צו די סעודה, צו קענען באלד ציריק זיין אין בית מדרש אריין אפצורעכטן דעם תיקון הלילה בלימוד התורה כנהוג, דער בית מדרש ווערט פילער און פילער, עס הערט זיך אזא שטילע ברומעריי ווען דער עולם זאגט דעם תיקון מיט א הלהבות, און דער בית המדרש ווערט מער און מער אובערגעפילט יעדע מינוט, ביז זי איז איבערגעפילט עד אפס מקום, יעדער זיץ פלאטץ איז פארנומען, און עס הערשט א שטילקייט און א פחד מפני קדושת הליל.

ארום צוויי א זייגער אויפדערנאכט, ווערט מיטאמאל שטיל אין בית מדרש, רבינו שליט''א וואס האט אצינד פארענדיגט זאגן דעם תיקון בביתו נאוה קודש, ערשיינט אין בית מדרש מיט די שניי ווייסע יום טוב'דיגע בעקישע, און איינגעהילט אין זיין טלית, לערוך את שלחנו לפני ה'.

דער גאנצער ציבור גיבט זיך ספאנטאן א שטעל-אויף אויף דער פוס, און רבינו שליט''א הייבט אן בנעימות, קידוש צו מאכן על הכוס מיטן התעורות'דיגן יום טוב'דיגן ניסח, און דער גאנצער טויזענט קעפיגער ציבור ענפערט אפ מיט אן הילכיגען אמן, דערנאך פירט דער רבי שליט''א ווייטער דעם טיש לכבוד החג, און דער עולם זאגט ווייטער דעם תיקון, ביז דער רבי שליט''א פארענדיגט טיילן שריים, דערנאך הייבט דער עולם אן צו זינגען נגוני התעוררות מיט גרויס ווארימקייט לכבוד יום טוב, ביז עס ווערט אין גאנצען שטיל און דער רבי שליט''א הייבט אן זאגן תורה, די רבי שטעלט זיך אויף א פאר דיוקים אין די פרשה פון מתן תורה, און פארענפערט זיי בדרך דרוש ואגדה המשמחים את הלב כנתנתן מסיני, און דערנאך איז ער מאריך בגודל קדושת היום, און ער איז מעורר דעם גאנצן ציבור זיך צו גרייטען צו קבלת התורה, דאס התעוררות איז גאר גרויס.

דער רבי שליט''א איילט זיך צו מיטן בענטשען, עס איז שוין אט אט דער עלות השחר, און דער טיש פארענדיגט זיך און דער רבי גייט ציריק למעון קדשו, און דער גאנצער ריזיגער עולם גיבט זיך ספאנטאן א לאז אראפ אין דער מקוה, ווי דאס געדרענג איז איום ונורא, מען איילט זיך ארויס פון מקוה מען זאגט ברכות התורה און מען ליינט קריאת שמע, און מען גייט זיך לייגען צו האבן כוח צום מארגענדיגען דאווענען.

ארום זייגער 11 ערשיינט רבינו שליט''א אין בית מדרש צו שחרית, און מען הייבט אן דאווענען פסיקי דזמרה במתינות, דאס התלהבות ווערט שטערקער און שטערקער פון מינוט צו מינוט, ביז אט דערהערט מען שוין ווי דער בעל תפילה לאזט אויס... והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה השם אחד ושמו אחד.... דער עולם הייבט אן צו זאגן נשמת מיט א ברען, דאס התלהבות ווערט שטערקער און שטערקער.. ביז עס ווערט אינגאנצן שטיל, מען קען הערן א פליג דשזומען.. און רבינו שליט''א הייבט אן הויעך מיט זיין הייליגער ניסח עד הנה עזרינו רחמיך... און דער גאנצער עולם האלט מיט ווי דער רבי איז שופך שיח לפני ה' מיט די הייליגע ווערטער פון נשמת...דער רבי דאווענט ווייטער פאר שחרית... ביז מען קומט אן צו אהבה רבה.

ווי קען מען דען אראפ'משל'ן דעם בילד ווי אזוי דער אהבה רבה קוקט אויס אין בית מדרש, שווערע טויזענטער אידן זיצן מיט דעם פנים איינגעדעקט מיטן טלית, און פארגיסן טייכן טרערן צום הייליגען באשעפער, אז ער זאל זיי באלייכטען די אויגען צו פארשטיין די הייליגע תורה, עס נעמט גאר א לאנגע צייט ביז דער ריזן עולם פארבלייבט ענדליך שטיל, דאן הייבט דער רבי שליט''א מיט בכיות צו זינגען דעם אהבה רבה בניגון המקובל פינעם הייליגען רבין רבי הערש פון רימאנוב זי''ע, און דער גאנצער עולם זינגט מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות וואס מען קען גארנישט אראפגעבן אויפן פאפיר, אט הערט מען ווי דער רבי הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון והאר ענינו בתורתיך.. ודבק לבינו במצותיך, דער התעוררות איז אין לשער.. ביז דער רבי פארענדיגט מיט בכיית.. ותוליכינו במהרה קוממיות לארצינו... דער שמע ישראל פון די שווערע טויזענעטער הערט זיך אויף גאר גאר ווייט אוועק.

מען דאווענט שמו''ע און מען זאגט דעם יוצר, ביי ממקומך זינגט מען דעם הייליגן ניגון פון בעל התניא זי''ע, און דערנאך הייבט רבינו שליט''א אן צו זאגן דעם הלל וואס איז ממש פקע איגרא, דער רבי שליט''א הייבט אן יעדע שטיקל פון אנהייב מיט גרויס התעררות, און ביי הללו זינגט מען דעם נייעם הקפה ניגון מיט שמחה, און ביי פתחו לי הייבט רבינו שליט''א דער ניגון המקובל וואס איז נאך געזינגען געווארן בית מדרשו של רבינו הקוה''ט זי''ע, וואס דער גאנצער ציבור זינגט מיט מיט גרויס געגועין און השתפכות הנפש, און מען פארענדיגט דאס הלל מיטן יום. און דער זייגער שלאגט שוין אויף 2 מיטאג.

מען נעמט ארויס די ספרי תורה, אט זעהט מען שוין רבינו שליט''א אויפן בימה, מען ריפט אויס דעם כהן, און רבינו שליט''א נעמט זיך פארזאגן די הקדמות מיט גרויס התעוררות, און ביי פארשידענע שטיקלעך ברעכט ער אויס א הילכיגען געוויין, מיט וואס דער גאנצער ציבור ווערט מיטגעשלעפט. דער כהן מאכט די ברכה און רבינו שליט''א הייבט אן צו ליינען אין דער תורה פון בחודש השלישי מיט גרויס התעוררות מיטן שטריימעל אויפן קאפ. דער רבי איז עולה חמישי, דאן טוהט ער אן דעם טלית אויפן שטריימעל כנהוג בחצר בסיגוט, און אזוי ליינט ער פאר די עשרת הדברות ברתת ובזיעה, און דער גאנצער עולם איז פון דאסניי מקבל דער הייליגער תורה מסיני. מען פארענדיגט דאס ליינען און תפילת מוסף מיט א שטיקל איילעניש, ווייל דער זייגער שטייט נישט.

תיכף נאכן דאווענען ערשיינט רבינו שליט''א מיט דער ווייסער בעקישע צום מילכיגען טיש, ווי ער מאכט תיכף קידוש, און פארטיילט די קרעפליך כמנהג ישראל. א גרויסער ציבור פארבלייבט שוין נישט צום קרעפל טיש, מען דארף האבן גרויסע כוחות נאך אזא דאווענען צו קענן מיט האלטן אט דעם טיש, אבער די רבנים און לומדים ווילן טאקע דעם דאזיגען טיש נישט פארפאסן, דער רבי מאכט אויף די הייליגע גמרא און נעמט זיך זאגן דעם קרעפל פשעטל מיט גרויס עמקות, די טיפע בליציגע חדושים מאכן דעם עולם אונטערשפרינגען, דער שמחות התורה איז דאך אין לשער. קרוב צו 5 נאכמיטאג קערט זיך דער עולם אהיים צו עסן די יום טוב'דיגע סעודה און גרויס איילעניש.

7 אזייגער איז שוין דער רבי שליט''א ציריק אין בית מדרש צו מנחה, מען דאווענט אפ מנחה און דער תנאים טיש הייבט זיך אן, מען פארטיילט פריטליך פארן גאנצן ציבור, און דער רבי שליט''א איז מכבד איינעם צו זינגען אתה נגלת פון מוסף ר''ה, און א צוייטען מיט אהבה רבה, וואס מען זינגט געווענדליך מיטן פלאנטשער שלום אליכם ניגון וואס איז מלא מתיקות עס האט דעם ראזארדאווער - ראפשיצער חן, אזוי ווי מען האט עס געזינגען ביים שלה''ט פון רבינו הקוה''ט זי''ע וואס איז בזו''ר געווען אן איידעם אין פלאנטש, דערנאך זאגט דער רבי תורה.

נאך די תורה לייענט דער רבי פאר דעם תנאים בין ישראל לאבינו שבשמים, וואס איז נתחבר געווארן דירך רבי ישראל נאגרא זי''ע מגירי האר''י ז''ל. און פארענדיגט בצהלת פנים מיט די ווערטער מזל טוב! מזל טוב! און דער עולם ברעכט אויס אין א פייערליכע געזאנג פון ובאו כולם בברית יחד, וואס עס האלט א לענגערע וויילע מיט גרויס שמחה. אשרי מי שרואה את שמחת קהלינו וואס פרייט זיך בשמחת התורה ומלכם בראשם.

תיכף נאכן טיש שטעלט מען זיך באלד דאווענען מעריב כמעשהו בראשונה, און דער עולם גייט אהיים עסן די סעודה און זיך א ביסל אפרוען נאך אזא פילע הייליגע טאג, וואס מען האט איינגעזאפט אזוי פול קדושה אין זיך. און שפעט נאך חצות קומט רבינו שליט''א אריין צום מיטל-נאכט טיש, וואס איז ע''פ רוב נישטא קיין גרויסער ציבור. דער רבי מאכט קידוש און פארטיילט שריים פון אלע מאכלים, און דערנאך זאגט ער קורצע דברי תורה און מען זינגט אביסל לכבוד היום. פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.

דער צווייטער טאג יום טוב שטעלט מען זיך אויך דאווענען היפש ביסל שפעט, און אלעס איז פינקט ווי דער ערשטער טאג, דער רבי שליט''א דאווענט פאר שחרית און הלל פארן עמוד, מיט גרויס התעוררות, אבער ער דינט נישט אליינס אלס דער בעל קורא, ווי אויך איז נישטא קיין מילכיגע טיש.

נאך מנחה הייבט זיך אן דער נעילת החג טיש, וואס ציהט זיך אריין ביז א סאך נאכן זמן, די חברה קדושה לייט שטעלן וויין אזוי ווי יעדע יום טוב וואס מען זאגט יזכור, און זיי גייען אריבער נעמען לחיים פינעם רבי'ן, מען זינגט אתה נגלת און אהבה רבה אזוי ווי נעכטען, און דער רבי איז מאריך בדברי תורה בדרך דרוש ואגדה, בגודל קדושת החג, און ער איז מעורר דעם ציבור אז מען זאל מיטנעמען די השפעה פינעם הייליגען יום טוב אויף א גאנץ יאר.

דערנאך ליינט דער רבי שליט''א פאר די כתובה בין ישראל לאבינו שבשמים, און ווי נאר ער פארענדיגט מיט די ווערטער מזל טוב! מזל טוב! הייבט ער אן טאנצען מיטן גאנצן עולם ובאו כולם בברית יחד, און דער גאנצער בית מדרש זינגט און טאנצט מיט לכבוד החג, ולכבוד התורה, די שמחה איז אין לשער, עס זעהט זיך גארנישט אויס אז דער עולם האלט זיך געזעגענען פון אזא הייליגער יום טוב. דערנאך דאווענט מען מעריב, און דער גאנצער עולם גייט ארויס פארענט פון בית מדרש מקבל צו זיין בכרות הקודש לימי הקיץ הבאים לקרתינו לשלום.

ווי נאר דער רבי שליט''א באווייזט זיך אויף דער טראסע, ברעכט דער גאנצער עולם אויס אין א פייערדיגע געזאנג פאר א לאנגע צייט, דערנאך ווערט שטיל און רבינו שליט''א הייבט אן ווינטשען פארן ציבור א געזינטער זומער, און ער איז מאריך מיט שארפע דברי מוסר פאר אנשים ונשים, אז מען זאל זיך פירן ערליך בימי הקץ, און מען זאל אויסנוצען די צייט אויף לימוד התורה, ווי אויך אז מען זאל איינהאלטן די תקנות איבער די טעכנעלאגישע כלים, אד''ג. נאך ברכות הקודש פארבלייבט דער עולם טאנצען אויף א לאנגע צייט...

אשרי העם שככה לו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר