א טאג אין קאנטרי מיט משה נחום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
קאנטאקט:

א טאג אין קאנטרי מיט משה נחום

שליחה דורך קאמפיאטער »

אוי איך הייב נאר אן צי טראכטן דערפין ווערט מיר שווארטץ מיין קאפ הייבט זיך אן צי דרייען.

מען קען ארויסברענגן דעם גאנצען ארטיקל מיט איין ווארט דאס איז "היטשעס" אויב גייט איר אין קאנטרי ווייסט איר וואס איך מיין סיי צי איר האט יא א קאר אין צי איר האט נישט דאס איז אן איווען דיל יעדער לייד.

משה נחום האלט שוין פיר יאר נאכן חתונה, א שטיב מיט דריי קינדער ב"ה לערנט נאך אין כולל מיטשעט זיך שטארק פאר פרנסה, ממש פאר זיממער באקימט ער א טעלפאן קאל פין זיינס א חבר אז ער ווייסט אז ישיבות אור התורה זיכט א פארמיטוג שואל ומשיב אין ער פרעגט אים אויב עס אינטערסאנט פאר אים ער לייגט גלייך צי עס קען זיין אז נאכמיטוג זאלסטי האבן א בחורל מיט וועם ציצולערנען אין מאכן אפאר איבריגע טאלער, אבער זיי שטעלען נישט צי קיין באנגעלאוי מיזט קימען צי פארן, ווי איז די קעמפ פרעגט ער אים? זאגט ער אויפן 42 נישט ווייט פינעם 4 קארנערס.

פיין ער גייט אהיים ער דערציילט עס פארן אשת חיל עס איז געבליבן אז מען גייט זיכן א קאלעני אין די געגענט וואס זיכט א דעי קעמפ טיטשער אין איז מסכים ארויס ציהעלפן מיט א באנגעלאוי, מען זיכט אין ב"ה געטראפן עפעס א אפפער אין הר נוףוואס איז אפפ די 42, שטעלט זיך די שאלה ווי אזוי קימט ער אן פין הר נוף קאנטרי אין קיימישע לעיק צי די 4 קארנערס????.......

עס איז פארוואלקנט די אנקימענדיגע רעגן שמעקט מען שוין אויפן נאז עס איז שוין 4:15 נאכמיטוג אין חעזקי ווארט שוין אויף זיין חבריתא עס איז שוין שפעט ער האט שוין נישט וואס ציטין, יעדער ווייסט שוין אז זיין חבר איז נאך נישט דא, ער איז שוין בארד פין שטיין לעבן די קאווע מיט א פלעסטיק קאפ איבערגעדרייט אין געבן א כאפ אריין די אימשילדיגע פליג אין איר ציזאמשטעלן מיט נאך פליגלען אין איין קאפ ווייל דעס טיט ער שוין אפאר טעג ביז זיין פארמיטוג חבר קימט אן, אין באנק לאזט אים שוין זיין מגי"ש נישט גיין אפי' אויף צי נעמן טיילענול ווייל ער האט אים שוין איינמאל געכאפט אז ער נעמט גאר א שטערן אין זעצט זיך אריין....., זיין מגי"ש האט אים שוין געשטעלט פאר גבאי אויף די מילך אין אויף די פליגן קעטשערס, אז ווען ער זעהט אז עס איז נישט דא זאל ער גיין דערמאנען די גוי צי ברענגען, אזוי האט ער שוין נאך א פרענד וואס ער טרייט אן אויפהער אויס צילערנען אידיש..... אבער יעצט איז אלעס דא וואס זאל ער טין??

משה נחום ווייסט אז זיין חבר ווארט אבער וואס זאל ער טין היינט גייט עס נישט עפעס אזוי גיט, ער האט שוין ציגעזאגט כמעט אזוי סאך צדקה פאר ר' מאיר ווי וויפל געלט ער מאכט פין זיין בחור, ער שטייט שוין ממש אינמיטן די ראוד אז א יעדע קאר מיז בלינקען אריין צי גיין אין די אנדערע לעין אבער עס גייט נאל אלץ נישט.
אין מיטן פאאאפ פאאפ שארט סטאפ. פאאאאאפפ האללא יונגערמאן די דארפסט א היטש?? נא קים אריין שנעל, יא יא גיי אין בעק, ריק אוועל די אלע זאכן מאך דיר באקוועם.
ווי גייסטי?? ווי קיין אור התורה? וואס טיט איר דארט? אהא דעמאלטס פארוואס בלייבט איר נישט דארט פאר לאנטש אויך? אהא אין פרייטיג וואס טיט איר? אהא איר היטש'ט אזוי יעדען טאג? אהא איך פאר גראדע אסאך מאל דורך נעמט מיין נאמבער איך האב ליב צי שטיצען א בן תורה. וויפל בחורים לערנען דארט?? אזוי לאזט ער אים נישט אפ,
אה סאררי איך מיז ארויף גיין דא צי שאפראן.... מענטשן פארן אדורך דא איינער וועט זיך שוין זיכער אפשטעלען פאר דירדאנט ווארי.
אנגעפאטשערהייט גייט ער ארויס פין קאר אויסגעזויגען האט ער אלעס פין מיר אין.. די דרייווער געט נאך א שריי ארויס האללא קענסט ציוואקן עס איז נישט אזוי ווייט...
ער שלעפט זיך ארויף ווייטער אויפן 42 נאך א גיטע פיפצען מינוט וואק באמערקט ער שוין זיין בחורל פין דערווייטענס ווי ער שטייט מיט א צווייג פארטין איבערגעבויגן אויף אראפ אין ער גראבט א מעכטיגע לאך אין די זאמד....
ער דערזעהט אים פין דערווייטענס ער געט אלעס א לאז אפ אההההההההה איך ווארט שוין אזוי לאנג האסט געזאגט אז אינז גיימער גיין שפאצירן היינט......

אוי ווי בין איך פארקראכן דא? שוין ס'גיט, שלך
actually; i'm using my blackberry more than my computer

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר