דבעינן נמי לכם! (ספר האישים)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

דבעינן נמי לכם! (ספר האישים)

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

די באקאנטע חרדי'שע פירמע ''גאלדן פלאו'' פלעגט יארן לאנג האבן אויף זייערע מאראנצן-זאפט פלעשלעך דעם סלאגאן: Growing kids need orange juice.
ווי די לעגנדע פארציילט, האבן זיי עווענטועל דאס געמוזט באזייטיגן, אנגעבליך צוליב וואס מאנכע האבן גע'טענה'ט, אז דאס איז פארפירעריש, און עס האט פאר דער פירמע געדרויעט אן אנקלאגע אין געריכט דערנאך וואס עס איז נישט פארהאן די שטודיע וואס זאל אונטערשטרייכן זייער באהויפטונג.
כהיום האבן זיי דעם סלאגאן: The taste you grew up on וועלכער איז אגב לדעתי פיל בעסער, ווייל עס האט אין זיך דעם צווייטדייטיגן משמעות, אז דער געטראנק איז א הילף פאר אייער וואוקס און נערונג, און דערצו ספעציפירט עס די פירמע זעלבסט, און נישט דעם געטראנק פון מאראנצן זאפט אין אלגעמיין.
[center]*[/center]
אין אמעריקאנער ליטעראטור איז ברייט באוואוסט די פאעזיע אין פארעם פון א קורצער געשיכטע, מיט'ן נאמען Eleven, וואס איז געשריבן געווארן דורך די מייסטער שרייבערין און פאעט Sandra Cisnero.
זי שילדערט דארט די געפילן פון א קינד וואס איז נארוואס געווארן עלף יאר אלט, און אויף איר געבורטסטאג שטייט זי און וואונדערט זיך: צי בין איך טאקע געווארן מער ערוואקסן?! דאס קינד קומט דאן צו א באשלוס, אז דאס לעבן פון א מענטש איז ווי דער וואוקס פון א צוויבל!
פונקט ווי ביי דעם צוויבל קומט כסדר צו נאך א שיכט צו די פריערדיגע, וועלכע וויקלט ארום די קלענערע שיכטן, דאס זעלבע איז מיט דעם מענטשן. און אין דעם אכציג יעריגער פערזאן וועט אלעמאל פארבלייבן באהאלטן דאס פיר יעריג קינד וואס ער איז געווען אמאל.
[center]*[/center]
דער ערוואקסענער פערזאן איז אלעמאל דער זעלביגער ווי פון זיין יוגנט, און אויב האט עקזיסטירט אזא כלל, אז אין דער יוגנט איז מען אנגעוויזן אין א גלעזל געשמאקן געטראנק, דעמאלט בלייבט דאס אלעמאל ליגן טיף באהאלטן אין די אינערליכסטע קעמערלעך פונעם מענטש.
אין א פאריאגטן רוטין פון נאכלויפן דעם אייגענעם שאטן, וועט זיך צומאל גלוסטן אויסצוטון די גרויסע שיך, זיך אנגיסן א קאלט גלעזל געטראנק און פארברענגען זארגלאז און פריי, ווי עס איז וואלט ווען נישט עקזיסטירט קיין מארגן.
אט דערפאר זענען מיר דא אין "קאווע שטיבל"! ווי מיר פארברענגען אינאיינעם אין א רואיג ווינקל. מיר קריכן ארויס פון אונזער טאג טעגליכער נארמע, מיר פארשטעקן דעם געווענליכן "זיך" וואס האט זיך אומוועלנדיג געפארמט ארום אונז אין לויף פון די יארן, און מיר פארגינען זיך א קאלט גלעזל משקה.
[center]*[/center]
מיינע טיפסטע דאנק וואונטשן זענען פאר די טייערע עורכים פון "ספר-האישים", כוכב מה הוא און רויטע וואנצעס, פאר'ן מיר שענקען דעם גרויסן כבוד, צו געפינען אט די "אנשי שם" ארטיקלען ווערדפעליג דאס צו צוזאמענצונעמען לפונדק אחד, לעלות על שלחן מלכים.
מיין טיפסטן הכרת הטוב איז פאר די געטרייע הנהלה פון "קאווע שטיבל" און פאר אייך אלע טייערע חברים מקשיבים; איר האט געעפענט פאר מיר א קוואל פון חכמה, פון וועלכן איך האב אזויפיל קונה געווען, און איך בין אייך זייער דאנקבאר דערויף.
און א דאנק מקירות לבבי פאר'ן בורא עולם, פאר'ן מיך שענקען דעם פעדער אין דער האנט און א ברכה צווישן מיינע פינגער אייך צו מהנה זיין. מה' מענה לשון.
[center]*[/center]
הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם. א מענטש דארף טרעפן זיין זיך, כך היא דרכה של תורה. זיין חירות, ואין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. געדענקט, אייער פרייהייט און זארגפעלטיגקייט ליגט אלעמאל אינערליך אין אייך.

חג העצרת, התשע''ה

אייער פריינט,
מאראנצןזאפט
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר