קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה.

שליחה דורך אדנירם »

[center]לרגל מיין פינף הונדערט'סטע תגובה:[/center]

לאמיר אייך דערציילן א ווירקליכע פאסירונג (נעמען און יארן פארדרייט) וואס האט זיך אפגעשפילט אפאר יאר צוריק [און איז ערציילט געווארן דורך לימנוב'ער רב פון וומסב"ג במקהלות עם בביהמ"ד סטאלין ב"פ, ביי א דרשה פון 'ארגון שיעורי תורה'], און מען זעט וויאזוי א וועלטל דרייט זיך:


[center]א.[/center]
שלמה חיימאוויטש איז געווען זיין נאמען. א הויכער, פעסט געבויטער, ברייט ביינערדיגער בחור, וואס איז געווען היבש דיק און נאך עלטער, און קיין שידוך איז אים נישט געגאנגען. אין אמת'ן אריין, איז שלמה נישט געווען דער גרעסטער תנא קמא אין ישיבה, אבער ער איז געווען א וואויל בחור'ל וואס איז נאכגעגאנגען דעם נארמאלן [?] פראטאקאל פונעם ישיבה סיסטעם, אבער די ישועה איז פשוט נישט אנגעקומען. יודעי דבר האבן געוואוסט איבערצוגעבן, אז אפילו שלמה האט געמאכט א בא'טעמ'טער איינדרוק אויף די מיידלעך מיט וועם ער האט זיך געהאט געטראפן, זייענדיג א פיינער מענטש מיט מאניערן, האט אבער זיין אויסערליכער דיקקייט איבערגעוואויגן [תרתי משמע] דעם וואגשאל לכף חובה, און אזוי האט ער זיך געטראפן אויסגעשפילט איינמאל נאכן אנדערן.

די יארן זענען געלאפן, און שלמה איז געווארן גאר אן אלטער בחור. זיינע חברים האבן אנגעהויבן האבן קינדער, איינס נאכן אנדערן, קדישים, ברית'ן, און פדיון הבן'ס, זענען אפגעראכטן געווארן מיט פרייד דורך זיינע נאנסטע חברים, אבער אויף שלמה האט דער מזל ווי איבערגעהיפט. כסדר האט ער זיך געטראפן מיט נאך מיידלעך, און כסדר האט זיך דאס אפגעשטעלט נאכן ערשטן פגישה. שלמה איז געווען היבש אנגעזעצט, אבער האט באוויזן אנצוהאלטן א נארמאלע סדר היום, און מיט דעם - אויך זיין גוטן נאמען.

אין יאר תשס"ז, ביי די זעקס און צוואנציג - א שארפע נומער ביי א טיפישער חסיד'ישער בחור, האט ער זיך געטראפן מיט א צוואנציג יעריגע מיידל. ווי עס האט פאסירט מיט אלע אנדערע, האט זי געקוקט מיט א קרום אויג אויף זיין געבויטער גוף, און אין איינוועגס נתפעל געווארן פון זיין גוטסקייט און בא'טעמ'טקייט. און דאן האט עס פאסירט ---


[center]ב.[/center]
צען יאר פריער, שנת תשנ"ז.

אין שפיטאל 'מעייני הישועה' אין בני ברק, איז פארגעקומען א 'בלוט-דרייוו'. אלע בחורים פון ישיבות, מיידלעך פון שולעס, יונגעלייט פון כוללים, און פרויען פון הויז זענען געקומען טון די געוואלדיגע חסד פון געבן בלוט. דארטן איז דאס סאך מער איינגעפירט און וויכטיג ווי דא אין אמעריקע, וויבאלד עס קומען ליידער פאר פיל מאל מלחמות וואו מען נויטיגט זיך פאר בלוט פאר די סאלדאטן אויף די שלאכטפעלדער, און דארט זענען סאך מער מענטשן איבערצייגט צו געבן זייער בלוט, וויסנדיג אז כמעט אייביג וועט א צווייטע איד נהנה זיין פון אים, און אפשר וועט ער גאר ראטעווען א צווייטענ'ס לעבן. וכל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

שלמה חיימאוויטש איז אויך געווען פון די בחורים'לעך וואס זענען געקומען געבן אביסל בלוט. א יונגער בחור'ל, זעכצן יאר אלט, פול מיט לוסט און לעבן איז ער געווען, ווען מען האט ארויסגענומען די פאר פלעשעלעך בלוט פון זיין געבויטן גוף. קוקנדיג אויף זיין סעמפל בלוט, האט א מיני-מהומה אויסגעבראכן אין שפיטאל. דאקטוירים זענען געקומען צו לויפן מיט איין אטעם צו שלמה'ן, אים איינמעלדנדיג אז ער האט יעצט א געלעגנהייט צו ראטעווען א אידיש קינד פון טויט ממש!


[center]ג.[/center]
א יונג מיידל פון צען יאר אלט, איז רבקי ווייסבערג געווען, ווען מען האט איר ל"ע דיאגנאזירט מיט א שרעקליכער קראנקייט אין די בלוט. איר גאנצע בלוט איז געווען פאר'סמ'ט, און מ'האט דריגענד געדארפט ארויסנעמען איר גאנצע בלוט און אריינגלייגן פרישע ריינע בלוט [אין אן ענדליכן שריט ווי ביים מחלה ממארת לוקימיע רח"ל]. דער פראבלעם איז נאר געווען, אז זי איז געווען א 'בלוט טייפ זיראו', און דאס איז כמעט נישט געווען בנמצא אינעם בלוט באנק פונעם שפיטאל. דעמאלס איז נאכנישט געווען אזוי גרינג צו באקומען בלוט, און אודאי נישט פון דעם אומ'שכיח'דיגן בלוט טייפ 0, אויף אזא ברייטע פארנעם ווי אנפולן א גאנצע גוף מיט נייע בלוט. דאס מיידל איז נעבעך אפגעלעגן אין שפיטאל וואך נאך וואך, און איר מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט, ביז די דאקטוירים האבן געזאגט אז אויב ס'וועט נישט אפירקומען קיין פאסיגע בלוט אין די נעקסטע וואך, וועט זי דאס ליידער נישט איבערלעבן.

און דאס איז ווען שלמה חיימאוויטש האט אריינשפאצירט תמימות'דיגערהייט אין שפיטאל. נעמענדיג בלוט פון אים, האט מען געזען אז ער איז א בלוט טייפ זיראו, און ער איז 'קעניינעהארע' פעסט געבויט, אזוי אז מ'קען נעמען פון אים בלוט אז ס'זאל גיין א רויעך. מ'האט דאס איינגעמאלדן פאר שלמה, צולייגנדיג אז אפילו ער וועט ווארשיינליך ראטעווען אן אידיש נפש, וועט ער אבער היבש דארפן ליידן פאר דעם. מ'וועט אים דארפן אריינלייגן אין שפיטאל, וואו מ'וועט צובינדען מאשינען צו אים, און מ'וועט פשוט 'סאקן' בלוט פון אים, צוליב זיין אויסערגעווענליכע 'מעלה' אז ער איז דיק און געבויט און האט אסאך בלוט וואס מ'קען ארויסנעמען. ער וועט זיין מער טויט ווי לעבעדיג פאר צוויי וואכן!! ווייל מ'וועט אים קוים איבערלאזן עפעס בלוט כדי לחיות, און ער וועט דארפן ליגן אין בעט פאר צוויי וואכן אין א ציה, אבער דורכדעם וועט ער ראטעווען א מיידל פון -בפשטות- זיכערן טויט.

אין שלמה איז איינגעגאנגען אויף דעם - נאכן איינמעלדן די עלטערן. ער האט זיך מוסר נפש געווען, מקריב געווען חלבו ודמו בפשיטות, צו ראטעווען א צווייטן. אפגעלעגן צוויי וואכן אין שפיטאל, ניטאמאל געוואוסט ווער די חולה איז, און אודאי זיך נישט טרעפנדיג מיט די געראטעוועטע, איז ער אהיימגעגאנגען מיט א סיפוק אז ער האט 'מציל געווען נפש אחת מישראל'.

---
פארוואס ער האט דאס דערציילט פארן מיידל ביים 'בעשאו', איז מיר אומבאקאנט. יש אומרים אז ער האט געוואלט ארויסברענגען אז אפילו זיין 'חסרון' קען זיין א מעלה, און יש אומרים אז אן אצבע מן השמים האט געפירט דערצו אז ער זאל דאס דערציילן. וואס איז זיכער איז, אז דאס מיידל האט אנגעהויבן וויינען זאגנדיג: "איך בין דאס מיידל וואס דו האסט געראטעוועט"!!! דער ראטעווער מיטן געראטעוועטער, האבן צוזאמען אויפגעשטעלט זייער לעכטיג אידיש שטוב, וואס מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן די הייליגע יסוד אויף וואס דאס איז געשטעלט געווארן.

האט זיך שלמה אויסגעדריקט: "געמיינט האב איך, אז איך ראטעווע א פרעמדע אידיש קינד, כ'בין זיך מקריב חלבי ודמי פאר א 'צווייטן', בין איך צום סוף געוואויר געווארן אז געהאלפן האב איך גאר מיך זעלבסט. כ'האב געראטעוועט מיין אייגן 'פלג גופא', און בעצם - ווען נישט דעם פארליר איך מיין זיווג הגון מן השמים".

וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך...


[center]ד.[/center]
דרייט זיך דא עפעס א 'אדנירם' אויפן געוועב, אנגעלאדנט מיט סחורה: היסטאריע, ביאגראפיעס, וויסנשאפט, פאליטיק, פאעטן, הומאר, אביסל פילאזאפיע און אביסל תורה ומחשבה. על כל פנים אזוי האט ער געמיינט. קריכנדיג איבער שטעט און דערפלעך אין ווערטואלן וועלט, האט ער אנגעטראפן פארשידענע מענטשן מיט פארשידענע מיינונגען, וואו ער האט משפיע געווען אביסל, ביז ער איז אנגעקומען צום נייעם דעסטינאציע: שערי ה-'קאווע שטיבל'.

מיטן גאנצן שטאלץ און פראכט, האט ער געעפנט די טירן פון זיין פרעכטיגן קארעטע, ארויסגעשפאנט ווי אן עלעגאנטן פריץ, און זיך געגרייט און געשארפט די פעדער צו 'משפיע' זיין, 'מהנה' זיין, און 'משמיע' זיין מיינע געדאנקען און מיינונגען פאר די חברים דא. האב איך געמיינט...

צו מיין וואונדער, האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן אן ערהאבענעם בילד: חכמים ונבונים, בעלי תריסין בהשקפה, בעלי מחשבה ביהדות, פילאזאפן און משכילים, מאמינים און הומאריסטן, סאטמארע ווי בעלזע, סקווערע ווי איזשביצע, חסידים ווי ליטאים, זיצן דא און זענען משפיע דברי חכמה אויף אן אבנארמאלן שטאפל. די מ"ט שערי בינה ווערן אנטשידן אויף מייסטערהאפטיגע אופנים, אזש די שבע חכמות פארשטעקן זיך אין די ווינקלן פאר בושות.

צו לעיקוואד און כעלמער מגיד זי"ע מיט זייערע טיפזיניגע געדאנקען, צו יאיר מיט זיין איפכא מסתברא, צו ונבנתה העיר מיט זיינע הימל שפאלטנדע ידיעות, יואליש מיט זיינע ברייטע קענטעניסן געמישט מיט הומאר, אפטעמיסט - און זיינע פארגייער קופערניקוס און משה געציל - מיט זיין בייסיגע הומאר, מאראנצןזאפט מיט זיינע ביאגראפיעס, שמעקעדיג ארומנעמענדיג יעדן נושא און אשכול, געוואלדיג מיט זיינע געוואלדיגע הערות, געפילטע פיש און הוגה מיט זייער פילאזאפיע, ראשעקאל מיט זיין איידעלע צוגאנג, טאמבל סאס מיט זיין אוואנטורע, בערל בעל עגלה מיט זיינע הערות מחכימות, רויטע וואנצעס' הומאר און פאעט, יואב'ס געשמאקקייט, ליטוואק'ס ליטווישקייט..., ברסלבער'ס השקפת החיים, גראדעמעכעלע'ס איידלקייט און אריסטאקראטיע, חקרן'ס היסטאריע, דער געוואגטער יונגעל'ס געוואגטקייט, איך אויך מיט זיינע זאפטיגע תגובות, כוכב וואס איז אן אינטערנאציאנאלער כוכב, דעת תורה און ראש הישיבה מיט זייער קלארע אמונה, מאטי'ס כליל המעלות, און איך קען גיין אזוי on and on מיט יעדן איינעם, הזמן יכלו והם ושבחיהם לא יכלו [ויסלחו לי אלו שלא נזכרו כאן, כולם אהובים כולם ברורים].

האב איך געמיינט אז כ'וועל זיין דער משפיע, בין איך צו מיין גרויס פרייד געוואויר געווארן אז דאס איז אן עיר מלאה חכמים וסופרים, הוגי דעות ויודעי ספר, פון וואו איך קען נאשן און נאשן נאכאנאנד, בא ללמד ונמצא לומד ולומד. אז אין די אונטער צוויי חדשים דא, האב איך קונה געווען אן א שיעור ידיעות בכל מכמני התורה והויות העולם. זאל דאס זיין א דאנק אשכול פאר די טייערע חברים דאהי, וואס זענען מוסיף - יעדער כפי כוחו - דברי חכמה אין דעם געשמאקן קאווע שטיבל. ווי האט מען נאר פריער געזאגט:


וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אדנירם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר