ר' איד וואו באלאנגט איר?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

ר' איד וואו באלאנגט איר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

די גמרא פארציילט אין מסכת סוכה אז אין אלכסנריה איז געווען א גרויסע בית הכנסת, וואס דארט האבן געדאווענט כפליים כיוצא מצריים, אריבער א מיליאן מענטשן! (היינט איז ממש נישט בנומצא אזא מין מציאות אז אריבער א מיליאן מענטשען זאלן זיך צוזאמען קומען אויף איינמאהל, בלויז אין וואטיקאן אין ניי יאר ווען דער פובסט זאל לעבן קומט ארויס געבן זיין ברכות הקודש).

די גמרא לייגט אראפ ווי שיין און הערליך דער בית הכנסת איז געווען, אדש דער גמרא פירט אויס אז: "מי שלא ראה דיופלוסטון של אלכסנדריא של מצרים לא ראה בכבודן של ישראל". איינער פון די זאכן די מעלות וואס דער בית הכנסת האט פארמאגט איז געוועזען אז: "ולא היו יושבין מעורבין אלא זהבין בפני עצמן וכספין בפני עצמן ונפחין בפני עצמן וטרסיים בפני עצמן וגרדיים בפני עצמן", דאס הייסט אז מען איז נישט געזיצען אויסגעמישט, נאר יעדער איז געזיצן דארט ווי ער האט באלאנגט, די ארימעלייט באזונדער, די עשירים באזונדער, די חכמים באזונדער, יעדער האט געוויסט ווי ער באלאנגט, און קיינער האט זיך נישט געזעצט אויף א פלאטץ ווי ער באלאנגט נישט. דאס איז געווען דער כבודן של ישראל.

פארצייטענס האט יעדער געוויסט זיין שטאנד און זיין מצב ברוחניות ובגשמיות, זיין מאטריאליסטישען צושטאנד, און זיין שכל'דיגען צושטאנד, און קיינער האט זיך נישט פראבירט אהערצושטעלן אלס איינער וואס ער איז נישט, איזה הוא חכם המכיר את מקומו, די אנשי ירושלים וואס זענען געווען באוויסט מיט זייער חכמה, זענען קיינמאל נישט געגאנגען צו א סעודה, בלויז אויב זיי האבן געוויסט מיט וועמען זיי זיצען דארט, דאס איז געווען צילוב זייער חכמה, זיי האבן פארשטאנען אז מען מישט נישט, נערים זיצן פאר זיך, און קליגע לייט זיצען פאר זיך, אויב מען מישט נאר איז צרות.....

היינט צוטאגס אבער איז א צווייטע מעשה, בא סנחרב ובלבל את העולם. היינט הערשט אין דעם אונזיכט א גרויס צומישעניש, דהיינו יעדער וויל זיין אלעס, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס א נגיד אפגעזעהן צו ער האט א פריטה צו דער נשמה צו נישט, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס קליגע אויפגעקלערטע לייט טראץ דעם וואס ער איז נעמליך א טיפוש איום ונורא, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס תלמידי חכמים כאטש זענען זענען שרעקליכע עמי הארצים, און מאנכע שטעלן זיך אהער אלס רבי'ס כאטש זיי זענען נישט ראוי ניטאמאל צו זיין שוסטערס. די נאכפאלגען זענען זייער אומבעטעמ'ט עס דערנערווירט שרעקליך.

ווען דער אנזעצער קומט זיך אן מיטן שיינעם קאר און מיט ניי-געפרעסטן העמד, און מיט אפולען פאסיג מיט טעלעפאנען אז די בענק זאלן אים קענן כאפן, און דרייט זיך מיט די עשירים, רופט דאס אויס בייז- בלוט. ווען דער טיפוש קומט אן צו א קופקע און שטעלט זיך אהער אלס אן אויפגעקלערטער און פון זיין פיסק שפרידעלט טיפשות מיט הייסע געדישעכס במידה גדושה אדש ביז דער קופקע ווערט צובלאזן ווי זייפן בלאז, רופט דאס ארויס בייז – בלוט. ווען דער מן הארץ פרעגט אריין ביים שיעור קלאץ קישיות צו ווייזען אז ער איז תענות חלום רופט דאס ארויס בייז – בלוט, און ווען דער א''ג רבי פארגלייזט זיך די אויגן און רעדט ביי ש''ס פון קדושת היסוד און כאפט מאלכים ביי נשמת רופט דאס אויך ארויס בייז – בלוט.

ווי שיין וואלט ווען געווען דער וועלט ווען יעדער ווייסט ווי זיין פלאטץ איז, און קיינער שטעלט זיך נישט אהער אלס איינער וואס ער איז נישט?

היינט איז שוין דא גאר א נייער סטייל, אז יעדער וואס האט נאר א פאר דאלאר(אדער וויל נאר גאר האבן) , ווערט שוין אטאמאטיש א חכם, א ת''ח, און טיילמאל אפילו א רב אדער אן אדמו''ר אויך, דאס איז נאך דער ארגסטע פון אלעס...

לאמיר זיך נישט אהערשטעלן וואס מיר זענען נישט, דאס לעבן איז א סאך זיסער אזוי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר