מאראלישער דילעמע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

מאראלישער דילעמע

שליחה דורך שרגא »

א חבר מיט וועמען עס קומט מיר אויס צו שמועסן פון צייט צו צייט געט צומאל ארויס גאנץ אן אומאנגענעמע שווייס גערוך. נאכ'ן אים דן זיין לכף זכות אז עס איז פשוט זיין נאטור צו שוויצן טראץ דעם צופרי שויער, איז מיין פראגע צי זאל איך אים עפעס זאגן אדער נישט?

ער וועט זיך לכאורה פארשעמען אפילו איך וועל עס טאן ברמיזה ("דו ווייסט אז וואלמארט האט ביליג דיאדערענט, איא?"), אבער אפשר וואלט ער מיר גאר מכיר טובה געווען אז איינער זאגט אים דאס איינמאל פאר אלעמאל. ער וויל דאך נישט געוואויר ווערן נאך צען יאר די סיבה פארוואס מענטשן פלעגן זיך אלץ אפרוקן א שטיקל דיסטאנץ ביים שמועסן.

פון די אנדערע זייט, וואס האב איך אים פון זאגן? איז דען מעגליך אז ער ווייסט נאך נישט פון זיין פראבלעם? דער בעקער קען דען נישט זיינע אייגענע קעיקס? כ'מיין דער נאז שטייט דאך אים נישט אזוי ווייט אוועק פון גוף, ער איז דאך נישט דזשיראף. נו, ווייסט ער דאך זיכער יא פון דעם גערוך, איז אפשר קען ער זיך פשוט נישט העלפן דערקעגן. אפשר איז ער פון די וואס מעגן זיך באדן אויך אין די ניין טעג. און אויב דאס איז דער פאל, בין איך דאך סתם א רשע פאר'ן אים זאגן דערוועגן, פונקט ווי כ'זאל אנמערקן איינעם מיט רויטע פינטלעך אויפ'ן קאפ אז עס איז מיר נישט אנגענעם צו קוקן דערויף.

נניח אז איך געב יענעם א "פעס", כ'וויש מיך אפ די נאז (כ'מיין צו זאגן "כ'שטאפ עס צו") און גיי ווייטער. וואס טוט זיך מיט דעם אנדערן חבר וואס האט אן אנדערע פראבלעם: ער גלייכט צו פיצן די אויערן מיט דעם הענטל פון זיינע ברילן. אדער צומאל מיט דעם דעקל פון זיין בלויען "ביק" פען.

מוז איך דא ווידער ליידן און שווייגן? דער איד שטייט און גראבט טיפער און טיפער, און טאקע בשעת'ן ווייטער רעדן צו מיר. נאכ'ן ארויסשלעפן מוז ער נאך אלץ אויך א קוק טאן אויף די "מציאה" און זיך דערנאך ספראווען דערמיט (אויפ'ן ארבל אדער הויזן). מוז איך טאקע שווייגן און שלינגען, בשעת איך עקל מיך ביז די טיפענישן פון הארץ. האט אים זיין מאמע אפשר פארגעסן אויסצולערנען אז די אויערן האבן די זעלבע הלכה ווי די נאז?

דא קען איך שוין נישט זאגן קיין לימוד זכות אז ער איז פשוט אזוי געבוירן. די איינציגסטע זאך איז אפשר נאר אז ער ווייסט נישט ווי ווייט דאס עקלט מיך, און אויב אזוי דארף איך אים טאקע זאגן אז ער זאל יא וויסן. אדער קען זיין אז ער האט זיך פארגעסן און כאפט זיך נישט נו, דארף איך אים ווידער זאגן אז ער זאל זיך דערמאנען און טאקע יא כאפן וואספארא הארבע מלאכה ער האט דא אנגעהויבן. כבוד הבריות איז דאך א הארבע זאך. דא העלפט דאך אויך נישט צו "צושטאפן די אויגן", כ'מוז דאך ווייטער קוקן.

אדער אפשר איז יא כדאי צו ליידן אבי נישט צו דארפן פארשעמען קיין מענטש.

און אפשר קלער איך יעצט דארף איך זיך פשוט גענוג שטארק אוועקדרייען מיט'ן גוף אז ער זאל אליין כאפן אז עס איז מיר נישט צום הארצן און אויפהערן, ווי איידער איך זאל אים זאגן קלארע דיבורים.

וואס זאגט איר?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר