מדות "טובות"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

מדות "טובות"

שליחה דורך בעל מדות »

שוין צייט צו פאראייביגן מיינע אשכולות אין וועלכע עס ליגט אזויפיל הארץ, און איבערגעגעבנקייט, עס איז זייער שווער מסביר זיין אז מען זאל פארשטיין, איין זאך איז אבער זיכער, איך שרייב נאר פון א פאון, און שטעלט אייך פאר וויפיל ארבעט עס ליגט אין אזא ארטיקל ווי די געג'ס אדער ווי אין די אמעריקא'ס גאט טעלענט, עניוועיס האב איך שוין אסאך מאל געהאט אז ניקים זאגן מיר אז זיי האבן נישט געזען א אשכול וואס איך האב געשריבן עד שיבוא עמיצער און קאמענטירט און דערמיט ארויפגעברענגט דעם אשכול צוריק צום אויבערפלאך, דערמיט שענקענדיג די ארטיקל א פרישע שאנס צו ווערן געלייקט, איך פארמאג גענוג אשכולות שוין און עס איז שוין העכסט צייט צו זיי אריינברענגען לפונדק אחד אונטער איין דאך מיט א קורצע ערקלערונג איבער יעדע אשכול.

אלזא, איך וועל אהערברענגען די אשכולות ביז אהער און איך וועל דא אפדעיט'ן בעזר השם יעדע מאל עס קימט צו א רינגעלע אינעם קייט.

מיין ערשטע אשכול איז געווען א רירנדע שילדערונג "וואס מיינע אויגן האבן געזען", זיצנדיג אויפן פליגער אויפן וועג קיין אומאן האט דער נידריגער מאן מיט נאכטפויגל טאטועס, און אויער רינגלעך נישט געלאזט אפילו טראכטן אז ער שטאמט פון אידן, דא אין אומאן טרעף איך אים אין הייסע טרערן, אין א טלית איינגעוויקלט, איך וויל שוין תשובה טוהן זאגט ער פאר מיין באגלייטער! לייענט די געשיכטע און באקימט א התרגשות.
***
א פארפאלק איז נישט מצליח צו איינפלאנצן דורות, א אנגעצויגענע טעלעפאן רוף נעמט אראפ א שטיין פון איר הארץ, מזל טוב עס איז א אינגל! מען שטייט ביים וואכנאכט, עס קימט פאר א געפילדער, די פרוי פון ארץ ישראל איז דא

איין קינד מיט דריי עלטערן!

***
א בחור'ל טרעפט שלעכטע חברים, זיין טאטע נאך יעוץ פון "א מחנך, אדער א מערדער?" ווארפט אים ארויס פון שטוב, די בחור וואלגערט זיך, יענע מעשה ווערט געטראפן אין זיין גאנצע קערפער, זיין טאטע בעט אים איבער אין שפיטאל נאך זעקס יאר נישט רעדן איינער צום אנדערן, עס גייט בכיות, דער בחור גייט אוועק פון דער וועלט, און לאזט אינז איבער מיט א טיעפע מוסר השכל.

***
אין אנשי שם פרוביר איך אריינציבייסן דעם ערשטן מאל מיטן באשרייבן דעם א וועלט'ס ווינדער "גדי פאללאק" א קאריקאטוריסט וועלכע איז פון די שענסטע מעלער אויף דעם פלאנעט, און נאך אינטערסאנטע דעטאלן איבער מעלעריי.

***

"וואס א צובראכענע פרוי וויל אינז מיטטיילן" איז א אשכול ווי א פרוי וויינט צום שעדליכן ציגערעטל זאל זיך ארויסרוקן פון זייער לעבן און באפרייען איר מאן פון דעם אדיקציע, מען דעבאטירט ציגערעטלעך אין היינטיגע ישיבות און נאך דעטאלן ארום דער ציגערעטל.

***

נאכן באזיכן אייוועלט וועלכע איז "א פלאץ פאר קטנים" ברענג איך אריבער א אשכול וואס פארשרייעט די ביטערע קריזיס איבער די ראגעלע הויעכע פרייזן און טייל פון די מאדנע קאמענט'ס וואס ווי עס שיינט שרייבן דארט מער ווייניגער בחורי הישיבה, עס איז היומאר מיט ערנסטקייט געמישט.

***
נאך וואס מענטשן האבן געצייגט זייער אומקלארקייט אין די פאליטיק און טיילונג אין טאהש האב איך אפגעשריבן א לענגערע מאמר מיטן הילף פון א ידיד וואס וואוינט דארט אין שטעטל, זי פארמאגט אויך א בינטל היסטאריע איבערן גרינדונג פון שטעטל און אלעס ארום.

***
א ישיבה אין מאנסי האט אפגעטון א שענדליכע אקט, און גערופן פאליציי אויף א בחור אינמיטן שלאפן, זי האט אנגעמאכט א שטורעם אין א גלעזל בלוט!, די געשיכטע האט זיך ב"ה אויסגעלאזט מיט א גוטע ענדע.

איך טוה אפדעיטן די מוזיק אפטיילונג מיט די נייע "קליפ" פון די צוויי יונגע זינגער'ס אברמי קאליש און תלי ברילל, מען שמועסט אביסל אויס זייערע מאטיוון.

***
ביבי נתניהו קימט קיין אמעריקא, עס איז לעבעדיג, די גאס רוישט, חילול השם? קונטרסים און מחאות קומען ארויס ווי די וואסערפאל אין ניאגרא, איך פרוביר צו כאפן א ליבעראלע בליק איבער די גאנצע סענזאציע, און קום צום אויספיר אז עס טוט זיך דא היפאקריטסווע בתפארתו ווארום די ווילעדזש און קרית יואל און נטורי קרתא האבן אויך א עקסטערע פעקל חילול השם צו אויסשמועסן און ווערן באהאנדלט.

***

נאכן צוזען ווי א שרעקליכע עגאאיסט, פייפט אריין אין געזעצן, פארקירט ווי מען טאר נישט, צייגט דעם מיטלסטן פאר ווער עס פרובירט צו אים זאגן א ווארט, פרוביר איך זיך דערגרונטעווען צו צו אידן אין כלל ישראל זענען אנגעשטעקט אין עגא'איזם עס ווערט זייער שיין פארענטפערט, און צונומען די נושא, אהן וואס עס זאל ח"ו פארבלייבן קטרוגים אויף דעם באשעפער'ס הייליגע פאלק.

***
נאכן ארויסגיין פון התפעלות פון א הערליך אינספירירנדע ארטיקל אין די שטערן אויסגאבע, עפן איך א אשכול פאר שיינע און אינהאלט'סרייכע ארטיקלען וואס זענען נישט ווערד צו פארפאסן, געווידמעט צו מיטטיילן ווי מען זעט נאר עפעס א שיינע שרייבווערק און שיינע ארבעט.

***

איך מאך מיין ערשטע אריינטריט אינעם פאעזיע פארום מיט א צייכענונג ווי איך זאל ווען זיין "אין געפענגעניש", ביים ענדע קימט ארויס אז איך בין אין קייטן דורך מיין אינטערנעט סעלפאן, וועלכע'ס קאנצעפט איז די געדאנק דא און נישט די מעשה בעצם...

***

איך ווייז מיין אנוועזנהייט אין מאחורי הפרגוד מיט א שיין שטיקל לויב געזאנג צו מיין לעבנ'ס באגלייטערין, המו מעי לה! פולע דרוקן אויס הנאה דערצו פארציילנדיג אז דאס איז עפעס וואס זיי גייען נוצן!.

***

נאכן דורכמאכן א גאר הינגעריגער וואכנאכט קער איך זיך צוריק מיט מאמוארן פון א וואכנאכט., איך טייל מיט מיינע ווייטאגן על דרך היומאר, עס טוט זיך אן אשפג'אגיע און עס ווערט פארוואנדלט א שיינע שמועס איבער וואכנאכט'ס.

***

"אמעריקא'ס גאט טעלענט" איז א אשכול וואס ליגט שווערע שעות, זי שילדערט די אויפקום פון די גאט טעלענט געדאנק, לויפט נאך די סעלעב, ריכטער און טוט אראפברענגען פולע ידיעות פון דעם וועלטבארימטן שוי' מיט גוטע לינק'ס צו אלע מצבים און געשעענישן אינעם אודיענץ ווי גאלדן באזער מאמענטן און אזוי ווייטער.

***


וואס זאל איך שרייבן? די פייגלעך האבן שוין געטשוויטשעט ווען איך האב געענדיגט די געוואלדיגע ארבעט איבער געג'ס אוו מאנטרעאל אינעם אשכול פרענק'ס און שפיצלעך, לינקס און קליפ'ס און אלעס ארום זי האט געפאדערט קוראזש, אנציגיין גלייבט מיר אויפן ווארט, און א שיינע ארבעט איז ווידער דעליווערט געווארן צו יעדעם'ס צופרידנהייט.

***

אין ווייטערדיגן שפאן האב איך אריינשפאצירט אינעם היסטאריע דעפארטמענט און נישט אנטוישט די היסטאריע ליבהאבער אנהויבנדיג א סעריע איבער די וועלט היסטאריע גאר אינטערסאנט אינוואזיע אין נארמאנדי וועלכע וועט ווייטער אנגיין ווילאנג די די ליינער צייגן די הכרה אויף די שעות פון פארש ארבעט, קוקן דאקומענטאציעס, און איר שיין אראפשרייבן אין א פליסיג שפראך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר