די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]יא, דאס זענען די צוויי הויפט זארגן מיט וואס די גאנצע וועלט מוטשעט זיך יעצט, מען פרובירט צו טרעפן וויכטיג א לעזונג צו זיי. צום אלעמען ערשט איז די הויפט פראבלעם די "גלאבעל ווארעמינג", די וועלט ווערט מער און מער ווארימער, די ריזיגע פאבריקן קימערן זיך נישט מיט די וואוילזיין פון די וועלט, זיי לאזן ארויס די שעדליכע גרינהאוז גאזן, וועלכע מאכן די וועלט אלץ מער ווארעמער, און ווי עס זעט אויס וועט די וועלט ווערן ווארימער מיט צוויי דריי גראד ביז א צוואנציג יאר ארום, ותוצאותיו מי ישורנו.

כאטש וואס פילע זענען סקעפטיש איבער דעם גאנצן נושא, זיי טענה'ן אז דער גאנצע פראבלעם איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און אפילו ווען יא מאכט מען עס ערגער ווי עס איז. לעצטנס איז אפירגעקומען אז די א.ג. פארזארגער פון די וועלט האבן בכוונה פארהוילן און באהאלטן פארשידענע וויכטיגע דאטא וואס וואלטן געווען א סתירה צו זייערע אנשויאינגען. מיט דעם אלעם ווייסן מיר דאך אז מיר דארפן זיך זארגן אפילו אויף א ספק ספיקא פון א סכנה, און אויב איז דא עפעס א חשש, אפילו נאר גאר א ווייטער חשש, אז עס קען אמאל ארויסקומען פראבלעמען דערפון אין צענדליגע יארן ארום, דארפן מיר שוין מטכס עצה זיין דאס אפצושטעלן בעוד מועד. און דעריבער איז דאס איז די ערשטע אויף די ליסטע.

די צווייטע אויף די ליסטע קומט "אייסיס", די שרעק-אנווארפענדע טעראריסטן וועלכע שטייען גרייט מיט די מעסערס אין האנט אויסצו'שחט'ן יעדע פערזאן איבער די וועלט וואס איז נישט פולשטענדיג מסכים און אונטערטעניגט אונטער זייער גלויבונג, און טאקע נאר לויט זייער אייגנארטיגע ווערסיע אינערהאלב זייער גלויבינג.

דאס איז נישט א זאך וואס מען האט מורא אז עס גייט פאסירן אין דרייסיג יאר ארום, און נישט און צוואנציג אדער צען יאר ארום, ניטאמאל דארף מען ווארטן אויף מארגן, הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען שוין ביז יעצט דערמארדעט געווארן מיט אלע סארט מיתות משונות דורך די גרויזאמע טעראריסטן, זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, זיי האבן נאר איין ציל פאר די אויגן, זיי וועלן אויסמארדן די גאנצע וועלט און נאר זיי זאלן בלייבן לעבן, און זיי זענען אפילו גרייט מקריב צו זיין לעבן דערפאר.

נישט נאר אין איראק און אין סוריע, דארט וואו זיי זענען הויפקווארטירט, האבן זיי שוין אויסגע'הרג'ט פילע טיזנטער, נאר מצודתם פרושה איבער די גאנצע וועלט, מיט אלע מיטלען פרובירן זיי צו רעקרוטירן קעמפער צו זייערע רייען, און זיי מוטיגן מענטשן אנצוזייען כאאס און טעראר איבער די גאנצע וועלט, אז קיין שום מענטש זאל זיך נישט קענען שפירן רואיג און זיכער אויף דער וועלט. זייער ציל איז אז איידער א מענטש וויל ארויסזאגן א ווארט פון מויל, פאר ער קלערט נאר פון אהערשטעלן א שיינע מאלעריי, זאל ער אייביג דארפן טראכטן וואס וועט אייסיס זאגן דערצו, וועט זיי עס געפעלן אדער נישט, ווייל אויב נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן מיט א קאפ קורצער.

דער פראבלעם פון "אייסיס" איז אבער נישט אזוי וויכטיג ווי דער ערשטער און סאמע הויפט פראבלעם פון "גלאבעל ווארעמינג". איר קוקט מיר אן מאדנע, איר קענט נישט פארשטיין ווי אזוי מיינע פריאריטעטן זענען אזוי פארדרייט אז גלאבעל ווארעמינג איז מיר וויכטיגער אויסצושמועסן ווי דער פראבלעם מיט אייסיס? דאן זאלט איר וויסן אז דאס איז נישט מיין אייגענע אפשאצונג, דאס איז דער בליק וואס די זיבן גרעסטע וועלטמאכטן האבן היינט מאנטאג דערקלערט ביים צווייטן טאג פון זיצונגען ביי די דזשי-7 סאמיט אין דייטשלאנד.

די פירער פון די זיבן גרעסטע וועלט מאכטן האלטן אויך אזוי. די פירער פון אמעריקע, ענגלאנד, יאפאן, פראנקרייך, קאנאדא און איטאליע, זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א צוויי טאגיגער סאמיט אנגעפירט דורך די גאסט-געבערן די דייטשע קאנסלארין מערקעל, אין א רייכע לוקסטריעזע האטעל אין דייטשלאנד, צו אדרעסירן די וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.

אינעם ערשטן טאג, נעכטן זונטאג, איז אויסגעשמועסט געווארן בעיקר די נושא פון רוסלאנד און איר אגרעסיע מיט אוקריינע. כאטש וואס פוטין דער רוסישער פירער איז שוין ארויסגעווארפן געווארן פון די גרופע מיט צוויי יאר צוריק, אלס א שטראף פאר'ן אנעקסירן קרימיע, האט ער נאך אלץ אבער באוויזן צו באשיינען דעם אויבן אן, ווען מען האט ברייט ארום גערעדט איבער אים און איבער די סאנקציעס איבער רוסלאנד ווי לאנג זיי וועלן נישט אפלאזן אוקריינע.

און אינעם צווייטן טאג איז געלייגט געווארן אויפ'ן טיש די צווייטע וויכטיגע טעמעס, און טאקע אין דעם סדר, צום ערשט גלאבל ווארעמינג און דערנאך איבער אייסיס.

ליינענדיג די נייעס האט עס מיר היבש אויפגעברויזט. מענטשן זענען טאקע אזוי משוגע און צודרייט? די גרויסע וועלט מאכטן לייגן די נארישע טעמע פון גלאבל ווארעמינג בעפאר אייסיס? ווי וויכטיג די זאך זאל נאר זיין, דארף מען נישט האבן מער ווי א אביסל שכל צו פארשטיין אז עס קומט נישט פאר אייסיס, און ניטאמאל פאסט עס צו לייגן אויפ'ן טיש זייט ביי זייט מיט אזא ברענענדיגע טעמע ווי אייסיס.

אנשטאט אריינצולייגן כוחות איבער די גלאבל ווארעמינג, א זאך וואס וועט העכסטנס זיין א געפאר מיט יארן ארום, זאל מען ליבערשט אריינלייגן די מאקסימאלסטע כוחות זיך אפצוגעבן מיט אזא מאנסטער ווי אייסיס, זאל מען אריינשיקן מיליאנען טרופן און אפווישן יעדע זכר פון אייסיס, עס זאל נישט בלייבן פון זיי קיין שם ושארית.

אריינקוקנדיג אבער גלייך אין די אויגן פון דעם נארישן אבאמא וואס איז פארנומען מיט אזעלכע נארישקייטן, האב איך באמערקט אז ער קוקט מיר צוריק מיט א שטרענגען בליק, אזא סארט טול-קורה-מבין-עיניך'דיגער בליק. און איך פארשטיי זיין טענה צו מיר. איך זארג מיר פארוואס ער איז פארנומען מיט גלאבעל ווארעמינג אנשטאט זיך צו פארנעמען מיט וויכטיגערע זאכן אויף וואס ער איז ערוועלט געווארן, און אויף וואס זיינע אויפגאבעס זענען. און וואס איז מיט מיר אליין? איך בין פארנומען מיט'ן זיך זארגן אויף וואס די וועלט מאכטן זארגן זיך, אין די צייט וואס איך וועל סיי ווי נישט גארנישט אויפטון אין דעם נושא, איך וואלט ענדערש געדארפט זיין פארנומען מיט די זאכן איבער וואס איך בין ערוועלט געווארן, אויף די זאכן וואס זענען טאקע יא מיינע אויפגאבעס.

איך בין געשטעלט געווארן אין שפיץ פון א פאמיליע, איך האב אונטער זיך א ווייב און קינדער וועלכע ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן איך זאל זיי געבן פיזישע און גייסטישע שטיצע, זיי ווארטן איך זאל זיי אהיים ברענגען געלט צו קענען אנגיין אין לעבן, זיי ווארטן איך זאל אהיים גיין און פארברענגען מיט זיי, אוועק געבן צייט פאר זיי, זיי געבן א גוט ווארט, אויסצוהערן זייערע פראבלעמען און זיי שטעלן אויף דער פיס.

און איך בין פארנומען צו זיצן פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה צו קראצן די פיס און אויסשמועסן אויף הויכע טענער אויב אבאמא איז יא גערעכט אדער נישט. שוין, דער אמת איז אז מיט אבאמא האב איך קיין שייכות, אבער וואס איז מיט די שפעטע נאכט שעות ווען איך בין פארנומען אויסצושמועסן די וויכטיגע טעמעס איבער דעם דיבלאזיא, ער איז דאך עמי בבית, פון אים דארף איך דאך זיכער קער נעמען. און ווער רעדט נאך פון די היימישע פאליטיק דאס איז מיין חסידות, מיין בית המדרש, דאס איז דאך זיכער א טעמע וואס דארף פארנעמען ביי מיר דעם אויבן אן.

האלא, ערעב איד, טו דיך אן און גיי ארויס פון מקוה, לאז אפ דיינע חברים און גיי אהיים און זיי פארנומען מיט דיר און מיט דיין הויז געזונט, און לאז די גאנצע וועלט קראכן. אז דו וועסט נישט וויסן דיינע פריאריטעטן וועסטו אויסקוקן ווי די חכמי כעלעם וועלכע נעמען זיך צאם צו ראטעווען די וועלט פון קליימעט טשענטש.

"נע, מיין ווייב איז פארנומען מיט אירע חבר'טעס, זי ווארט נישט אויף מיר", יא יא, אבער ווען דו וועסט ווארטן אויף איר וועט זיך אפשפיגלען דער כמים פנים אל פנים. "נע, מיינע קינדער זענען נאך קליין, זיי דארפן מיר נאכנישט האבן". יא יא, אבער ווען זיי וועלן זיין גרויס וועלן זיי דיר שוין נישט וועלן אנקוקן. גיי אהיים זעץ דיך אראפ אויפ'ן פלאר, און שפיל מיט זיי א געים, ליין מיט זיי א בוך, אדער כאפ א שמועס מיט דיינע קינדער. דאס איז דיין אויפגאבע, אויף דעם ביזטו ערוועלט געווארן, און דאס דארף זיין דיין פריאריטעט. און פון דעם וועסטו אליין די מערסטע פארדינען, דאס איז די בעסטע און זיכערסטע אינוועסמענט, און די געשוואלענע רווחים דערפון זענען גאראנטירט.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר