פלאגאריזם אין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

פלאגאריזם אין אמעריקע

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

פון צייט צו צייט הערט מען איבער פלאגיאטארען אין די אמעריקאנער מידיא, צי זאל דאס זיין רעפארטער וועלכע נעמען פאקטן און באריכטן פון אנדערע רעפארטער און טוען דאס נאכשרייבן ווי גלייך ס'איז זייער אייגענע ריסערטש, אדער קאלומניסטן און מיינונג זאגערס וועלכע שרייבן שטיקער און נאכדעם טרעפט מען אז דאס איז נאכקאפירט פון ערגעץ אנדערש.

האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול איבער דעם.

וועל איך זיין טאקע דער מתחיל:

אט איז אצינד א שטורעם מיט'ן טיים מאגאזין קאלומניסט פאריד זאקאראי, וועלכער האט מיט צוויי וואכן צוריק געשריבן איבער גאן קאנטראל אין אמעריקע. אינעם ארטיקל האט ער געשריבן אט דעם פאראגראף"

Adam Winkler, a professor of constitutional law at UCLA, documents the actual history in Gunfight: The Battle over the Right to Bear Arms in America. Guns were regulated in the U.S. from the earliest years of the Republic. Laws that banned the carrying of concealed weapons were passed in Kentucky and Louisiana in 1813. Other states soon followed: Indiana in 1820, Tennessee and Virginia in 1838, Alabama in 1839 and Ohio in 1859. Similar laws were passed in Texas, Florida and Oklahoma. As the governor of Texas (Texas!) explained in 1893, the "mission of the concealed deadly weapon is murder. To check it is the duty of every self-respecting, law-abiding man."


מען האט אצינד אנטדעקט אז ער האט דאס נאכקאפירט ממש ווארט ביי ווארט פון אן אלטן ארטיקל אינעם "ניו יארקער" מאגאזין פון עטליכע מאנאטן צוריק, וואס יענער פאראגראף האט זיך געליינט ווי פאלגענד:

As Adam Winkler, a constitutional-law scholar at U.C.L.A., demonstrates in a remarkably nuanced new book, “Gunfight: The Battle Over the Right to Bear Arms in America,” firearms have been regulated in the United States from the start. Laws banning the carrying of concealed weapons were passed in Kentucky and Louisiana in 1813, and other states soon followed: Indiana (1820), Tennessee and Virginia (1838), Alabama (1839), and Ohio (1859). Similar laws were passed in Texas, Florida, and Oklahoma. As the governor of Texas explained in 1893, the “mission of the concealed deadly weapon is murder. To check it is the duty of every self-respecting, law-abiding man."


זאקאראי איז אצינד סוספענדעט געווארן פון שרייבן ארטיקלן פאר א שטיקל צייט.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר