מיין חלום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

מיין חלום

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

יעדע נאכט, ווען אין הויז ווערט שוין מער ווייניגער שטיל, זעץ איך זיך אוועק פאר מיר, פרייוואט, און איך טראכט. איך טראכט און טראכט, אן קיין זייגער, אלעמאל די זעלבע מחשבות, אימער די זעלבע מסקנות, אלעס דאס זעלבע, ביז דאס מידעקייט שניידט שוין אזוי טיעף אז איך פאל אנידער אין בעט אריין אין רוה זיך אויס פארן קומענדיגען טאג צום ווידער טראכטען, צו די זעלבע מעשה. אזוי גייט עס.

ביז, היינט ביינאכט האב איך ביי מיר פעסט אפגעמאכט אז דאס איז עס, ס'קען שוין נישט ווייטער אזוי גיין, עפעס מוז זיך א ריר טוהן. אבער וואס קען איך דען טוהן צו טוישן דעם מצב, איז עס דען אין מיינע הענט, וואס טוט מען. זיץ איך אזוי און קלער, פארצווייפעלטערהייט, אן קיין קאפ, אן קיין מוח, ביז עס איז מיר באפאלן א שלאף.

אין מיין חלום זעה איך ווי איך בין יונגער מיט א שפאר ביסל יארן, איך בין א ישיבה קטנה בחור'ל ביי די גמרא, ס'איז שפעט אין די פארמיטאג אריין און יעדער ארום איז זיך פארטוהן אין זיין סוגיא, אלעס איז אויף די רעדער, און נאר איך, איך אליינס און קיינער מער זיצט פאר'מוח'ט, פארטראכט, און פראביר מיט אלע שוואכע קינדערישע כוחות צו מאכן סדר אין די מחשבה און געניסן פון אביסל מנוחה. ס'קוקט נישט אויס אזוי שווער פון דערווייטנס, ס'איז אבער זייער שווער און ביטער פאר יענעם וואס גייט דאס אדורך, און דא בין איך דער יענעם, א רחמנות נעבעך טראכט איך צו מיר.

אזוי זיצענדיק האלב אויף און האלב נישט גייט ער פארביי הינטער מיין רוקן און גיבט א לייכטע קלאפ מיר אויף די פלייצע. א קלאפ טוט אמאל וויי, אמאל נישט, ס'איז דא אבער אמאל וואס אזא קלאפ אויפן רוקן שטארקט זיך איבער אלע ווייטאגן און פארשווייגט יעדע מין פיין און ליידן אויף דער וועלט. ס'זאגט נישט גארנישט אבער דאך רעדט עס מער פון אלע ווערטער וואס זענען דא אינעם ווערטער בוך. ס'איז א שטילע קלאפ, א גלעט, ס'שרייט אבער אריין מיט טויזענט שופרות טיף אריין אין די נשמה אריין, עס רעדט מיין שפראך. און וואס קען דען זיין בעסער פון דעם.

דריי איך זיך אויס איידעלערהייט און צו מיין שאק זעה איך אז ס'איז נישט מער געווען ווי א טעות, געמיינט האט ער אינגאנצן א צווייטן, גארנישט מיר. אלעס צוריק צום אלטן, אזוי מיין איך על כל פנים. ווי ס'שטעלט זיך אבער ארויס איז עס שוין ווייט נישט דאס זעלבע פון פארדעם. ס'איז טאקע די זעלבע געדאנקן, די זעלבע ספיקות, די זעלבע אומזיכערקייט, אבער מיט אן אנדערען טעם. די ליידיגע תהום פון פאר דעם גוטע געפיהל ווי דער פוסטקייט וואס ווייסט שוין וויאזוי ס'שפירט זיך אנגעפילט איז גארנישט דאס זעלבע , ס'גייט שוין קיינמאל נישט האבן דעם זעלבען קאלטקייט און טרוקעניש ווי איינער וואס האט דאס נאך קיינמאל נישט געשפירט.



יארן זענען פארביי, מיין חתימת זקן האט שוין אפגע'חתם'ט דאס זייניגע און איך דאס מייניגע. איין רעגענדיגע פארנאכטס, מנחה צייט, גייט מיר פארביי איינער א באקאנטער פון די יונגע יארן. ס'פארדאכט זיך מיר פאר א מינוט אז אט דאס איז דער יעניגער. אויף די צווייטע מינוט בין איך שוין נישט זיכער, מן הסתם גראדע אן אנדערער. הפנים יענער ווייסט זיכער פון גארנישט. איך גיב א לייכטע שאקל מיטן קאפ, יענער אויכעט, ספק די זעלבע שאקל ספק א לייכטערע גאר. מיר גייען זיך פארביי יעדער צו זיין וועג. דאס קומענדיגע מאל מיר גייען זיך נאכאמאל בטעות טרעפן וועט פילייכט זיין זייער לאנג ארום, אדער אפשר קיינמאל מער. צי זאל איך זאגן אז אלע אלטע זיכרונות האבן זיך יעצט אפגעשפילט פאר מיינע אויגן אין לעבעדיגע בילדער? איך גלייב נישט אזוי, כאטשיק ס'ווילט זיך מיר יא. קען איך אבער נישט באשאפן קיין נייע מעשיות און אפמאכן ביי מיר אז זי האט ווירקליך פאסירט. ס'איז א שאד אז ס'איז אזוי, אבער דאס איז. וואס קען מען טוהן.


*******

איך חלום זיך אזוי ווייטער און ווייטער פאר א לענגערע צייט. איך קען נישט וויסן ווי לאנג דאס האט נאך גענומען ווייל אין שלאף האט נישט דער זייגער די זעלבע צוועלף שעה מיט זעכציג מינוט ווי ביים אויפזיין. פון דא און ווייטער געדענק איך שוין גארנישט וויאזוי מיין חלום האט זיך געצויגן. נישט ווייס איך אפילו צו ס'האט זיך גענדיגט צום גוטן אדער צום בייזן. א מזל האט א חלום וואס מ'פארגעסט איר גלייך אויפן פלאץ אבער אירע ווארימע און שרעקעדיגע געפילן בלייבט אריינגעקריצט טיף אינעם נפש. איין זאך ווייס איך אבער יא, און דאס איז אז יעצט נאכן חלום גייען מיינע געדאנקן אויך שוין נישט זיין די זעלבע ווי פארדעם. אויך יעצט אינעם ריאלען לעבן גייט שוין אלעס זיין אנדערש ווי פאר דעם חלום, ס'איז נייע צייטען, ס'גײיט שוין נישט שפירן די זעלבע. וויאזוי יא, דאס ווייס איך שוין נישט.

א גוטע נאכט
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר