אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב זייער הנאה פון די אפענע קעפ דא אין קאווע שטיבל און דאס איז די סיבה פארוואס איך בין א קאווע שטיבל מעמבער. לעצטנס גראדע זענען די מער רעכט גענויגטע שרייבער מער אויפן אויבירשטן פון שטייסל, אבער פון צייט צו צייט גיט זיך א ריק ארויס פון באהעלטעניש א משכילישע ריז ווי @יידל, יאיר, ראובן, מיט א באמבאסטישע אויפגעקלערטע מאמר ואתם עימם געבן זיך פלוצים א וועק אויף די גאנצע אלטע גווארדיע, ווי געפילטע, הוגה, יואב ועוד, וואס מאכט די רעכטע בלייבן אן לשון פאר א וויילע, ביז זיי אריענטירן זיך ווידער און גיסן אויס זייערע רעכטע אנשויונגען.

אלס א שואף און חסיד פון אפנקייט און אויפגעקלערטקייט, בין איך באזארגט ווי ווייט סטאביל דער אויפגעקלערטער באוועגונג איז.

זעלבספארשטענדליך, אז אנגייענדע טראדיציע מיט א עסטעבלישט הנהגה בשם דעם דת האט מער כח צו סורווייווען. אויף אזוי ווייט אז דער אועפגעקלערטסטער קאפ קען מיט די צייט דורך צוציאלע דרוך אדער גאר דורך הילף און עטענשן וואס ער קריגט פון די יושבים על מדין, אונטער ברעכן און טאנצן קדוש קדוש פארן פארשימלטן סיסטעם.

דער גרעסטער סכנה אז זיינע אויפגעקלערטע דעות זאלן קעלעפסן איז טאמער גאט פערביט, ער ווערט קראנק, אדער ער געפינט זיך אין אן אנדער שעת סכנה.

וויל איך וויסן פון מיינע אויפגעקלערטע חברים, ווי שטארק האלט איר איר זיך צו אייער אויפגנקלערטע מיינונגען? גייט איר אמאל בשעת סכנה תשובה טון דערויף?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר