מיין קליינער גייט מיר שוין אויך אין קעמפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
קאנטאקט:

מיין קליינער גייט מיר שוין אויך אין קעמפ

שליחה דורך קאמפיאטער »

אביסל הומער פארן היינטיגע טאג האט איינער? ?
אחוץ ארעסטען אין וויליאמסבורג וואס נאך קען מען רעדן? הא? קיינער וויל נישט דעמאלטס מעג איך טרייען ניין?

אה הערסט? מיין קליינער פארט שוין אין קעמפ, יא ב"ה, ער איז אויך מיר גרויס געווארן, יא ער וועט שוין טאקע נישט האבן די גרויך פין צווישן דעם בית הכבוד אינעם פען פינעם קאך, אבער ענליכס שטעל איך מיר פאר איז שוין גרייט פאר אים.

אוי האב איך אן ערליך יונגעל ער האט מיר שוין געבעטן פינעף אין אכציג צענט צי טראגן אין חיידער וויל פינעף אין דרייסיג קאסט א קעמפ ליסט אין נאכדעם פארקויפט איינער פאפיר וואס ער האט געמאלן א בילד פין א ווייטע הויז מיט א פיקטשער פין א בריוו נעבן וואס האט ליידיגע ליינס, אזוי וועט ער קענען שרייבן בריווען.

וויאזוי שאפט מען אזא גרויסע קעמפ ליסט פארשטיי איך נישט,אין מיינע צייטן איז די ליסט נישט געווען אזוי גרויס, ר' יודל האט נאר געלאזט 3 פאר הויזן אין דעטס איט.
אוי עס דערמאנט מיר זכרונת, אההה עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי מיין שלאף רבי האט געמאכט א גורל, אין ווער עס גייט געווינען ער גייט האבן די זכיה צי זיין די "וועש גבאי",
איר ווייסט וויפל צדקה איך האב דענסמאל געגעבן?? מיין טיקעט איז געווען אנגעשריבן פין אלע זייטן מיט כל ערליי סגילות, אין מה עשה הקב"ה יא מיר האבן געווינען,
מיין אויבערשטע שכן וועם איך פלעג פין צייט צי צייט געבן א באכע דורך א שטויס ארויף פין אינטען, ער האט עס נישט אויסגעהאלטן נעבעך אזוי שטארק געוואלט געווינען, אבער עס איז נישט באשערט געווען.
איך פלעג יעדע מאנטיג מעגן ארויס גיין פין כותה פריער אין איך פלעג אויסטיילן די וועש, יא מיר האבן געוואשן וועש בענאזאם די גאנצע באנק, אן עקסטערן בעניפיט איז געווען אז קיינער האט נישט מיט געהאלטן ווי אפט איך וואש מיין בעטגעוואנט.... אויב דאס איז געווען די סיבה פארוואס מיין שכן האט אזוי שטארק געדארפט מיין פאסטן זאג איך דיר איך האב געהאט אנדערע עדות.... פין אזא נאנטען חבר קען מען נישט אלעס באהאלטן איך מיין וואס ווילסטי איך בין געווען זיין נעקסט דאאר חבר? פארוואס זאל איך נישט וויסן?
גראדע האט זיין מאמע געטרייט איר בעסט אין א משגיח פלעגט אים אויפוועקן יעדע נאכט בערך צוועלף, אבער מען קען דאך נישט וויסן אין נישט אייביג האט מען עס געכאפט באצייטנס.

וואס מיינט איר איך האב אלעמאל אויסגעקליבן א בלויע פאקסי נאכדעם פין מיין שלאף רבי, אחוץ ווען מיין טאטע איז געקימען וויזיטען שטייצעך, אוי אויף די וויזיט אליינס דארף איך אן עקסטערן באשרייבונג בי איך האב געפוילט ביים לאנטש רבי ער זאל נישט אויסזאגן אז.... אבער עס איז שוין שפעט.
סאררי עס איז נאר מעמעריס...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמפיאטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
actually; i'm using my blackberry more than my computer

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר