ראש השנה אין אומאן???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

ראש השנה אין אומאן???

שליחה דורך קאך_לעפל »

עס איז שוין באלד אלול!!! די פיש אין וואסער ציטערן שוין מאימות הדין, און גאנץ כלל ישראל גרייט זיך שוין ווידעראום ממליך צו זיין דעם הייליגען באשעפער אויף דער גאנצער וועלט, און זיך שטעלן כצאן לפני מרון פארן שופט כל הארץ, און אפגעבן א גענויעם ריפארט פארן מרא דעלמא אויף די מעשים פון א גאנץ יאר, און בעטן דעם שוכן במרומים אז ער זאל אונז פארשרייבען א גוט געבענשט יאר, מיט חיים טובים ארוכים.

אין דער זעלבער צייט גרייטען זיך חסידי ברעסלב יונג און אלט, צו זייער יערליכע נסיעה קיין אומאן צו דער ציונא קדושא פון הרה''ק רבי נחמן מברעסלב זי''ע, ווי זיי פארוויילן דעם הייליגען יו''ט ר''ה.

אפגעזעהן פינעם פאקט אז מען האט טאקע נישט קיין לחם לאכול, מען הונגערט פאר ברויט אינאיינעם מיט די בני בית, אבער צו פארן אויף אמאן שאפט זיך יעדער געלט, מען פארמשכנט זיך די שבת – לייכטער, אבי מען זאל קענען זיין אין אמאן אויף ר''ה.

השתטחות על קברי צדיקים איז גאר א גרויסע ענין, (פארשטייט זיך נאר נאכן מתקן זיין די פגמי הנפש כמבואר באר''י ז''ל) ר''ה צו זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז אויך א גרויסע ענין, כמבואר בספרי חסידות, חסידישע אידן האבן אלעמאל פארוויילט די הייליגע טעג במחיצת רבם. אבער צו פארן על קבר של צדיק על ר''ה איז טרם נשמעו.

געוויסע לייצים האבן ערפינדען א נייע מצוה, וואס לכאורה נישט קיין שום ערענסטע מקור, אפילו רבי נחמן זעלבסט שרייבט נישט איבער אזא מצוה, דאס איז דער מצות עשה דאורייתא, פון נסיעה לאומאן על ר''ה, וחייב אדם למשכון כל אשר לו לנסיעה לאומאן.

די לייצים זענען נאך געגאנגען א שריט ווייטער, זיי האבן אנגעהויבען א מאסיווע פראפאגאנדע אז די נסיעה קיין אומאן אויף ר''ה איז "די גרינגע וועג ארויס" דאס איז די שארטקאט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט, אפי' די האסט א גאנץ יאר ארום געבארדערט און זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, מאכט עס נישט אויס. מען קומט קיין אומאן אויף ר''ה און מען קלאשט ביי המלך, קומט באלד ארויס א בת קול פול הימעל וסר עוונך וחטאתך תכופר. סארא לייצים....

דער אמת איז אז דער גאנצער אומאן - ראש השנה בוועגונג האט נאר געקענט צושטאנד קומען, אין דעם היינטיגען שוואכן דור, וואס דער דעת איז פולקאם אין גלות, און דאס קטנות המוחין בושעוועט ארום אין דער אלגעמיינער מענטשהייט, און מענטשען גלייבען אין אלע מינע שטותים מיט בארשט וואס מען פארקויפט נאר, און מען זוכט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט אויפן גרינגסטען אויפן וואס איז נאר שייך, אפגעזעהן צו עס לייגט אויפן שכל צו נישט, אבי צו לעבן א חיים טובים אן די מינדעסטע לחץ...

צום שלוס:

רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון:
תיקון הכללי איז א גיוואלדיגע זאך, ווי רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מהר''ן:
השתטחות ביים ציון פון א צדיק איז גיוואלדיגע זאך:
ר''ה זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז א גרויסע ענין:

דער פראבלעם איז בלויז דער קוגל, און דאס אז בעלי עבירה מיינען אז זיי קופן מיט דעם אפ ג-ט! עס איז שוין העכסט צייט אז דער מענטשהייט זאל נישט אזוי פארבלאפט ווערן פון די נ-נח-נחמ-נחמן מאומאן פראפאגאנדע.

דער אשכול פארמאגט 116 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר