צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

שליחה דורך נח בער »

בס"ד
א מעשה פון א צדיק. יעצט פארציילט דורך הרב וועלוול גאלדשטיין ביי מלוה מלכה אין טשעסטנאט רידזש.

די וואך געפאלט די יארצייט פון הרה"צ רבי שלמה באבובער זצ"ל.

נאכדעם וואס דער באבובער רב איז נפטר געווארן האט א איד געזאגט אז יעצט קען ער דערציילן א מעשה וואס ער האט נישט געקענט דערציילן זיין גאנץ לעבן.

יענער האט פארראכטן פענסטערס פאר פרנסה. איין נאכט צוויי אזייגער, ער איז געשלאפן טיף און דער טעלעפאן קלינגט און וועקט אים אויף. ער וואונדערט זיך ווער דאס קען זיין. ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, הערט ער א איד זאגן, "דא רעדט באבובער רב, שלמה האלבערשטאם, איך בעט אייך, קומט שוין אריבער!"

דער איד האט געמיינט אז איינער טרייבט ליצנות פון אים, און געוואלט אויפהענגען דעם טעלעפאן, אבער דער באבובער רב האט אים געזאגט אז ס'איז ער און זיך געבעטן ער זאל שוין קומען.

ענדליך האט זיך דער איד געבראכן און ער איז ארויס פון בעט. ווען ער קומט אן צום באבובער רב'ס הויז האט דער רב שוין געווארט אויף אים אינדרויסן, און ער ווייזט אים אויף אן אויסגעשאסענעם פענסטער און זאגט אים, "איך וויל איר זאלט עס שוין פאררעכטן."

דער איד זאגט אים, "גוט כ'וועל קומען מארגן צופרי און כ'וועל עס פאררעכטן."

און דער באבובער רב זאגט אים, "ניין, ניין! דאס מוז שוין פארראכטן ווערן. איך בין אייך גרייט צו צאלן וויפיל איר ווילט נאר. כ'וועל אייך אפילו אליין צוהעלפן. גייט שוין און ברענגט אייערע כלים און פאררעכט דעם פענסטער."

זעענדיג ווי שטארק ס'גייט בנפשו פונעם רב האט דער איד אויסגעפירט די בקשה און ער האט טאקע אזוי געטאן און דער באבובער רב האט אים באצאלט אפאר הונדערט דאלאר אויפ'ן פלאץ.

פאר ער איז אוועקגעגאנגען האט אים דער באבובער רב געזאגט, "איך בעט אייך, קלינט אויף די צעבראכענע גלאז, לאזט נישט איבער קיין זכר. קיינער זאל נישט וויסן אז ס'איז געווען אן אויסגעשאסענער פענסטער."

דא האט זיך שוין דער איד נישט געקענט איינהאלטן און גענומען קוראזש און געפרעגט דעם רב, פארוואס ברענט עס אזוי פאר'ן רב אזוי שפעט ביינאכט צו פאררעכטן א פענסטער און זיכער מאכן אז קיינער ווייסט נישט אז דער פענסטער איז געווען צעבראכן.

ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער באבובער רב אויפגענומען בעלזער רב אויף א באזוך, די פריערדיגע נאכט, און אלס נקמה זענען געגאנגען חסידים פון אן אנדערן רבי'ן און אויסגעשאסן א פענסטער פונעם באבובער רב. דער באבובער רב האט מורא געהאט אז אויב די זון וועט אויפשיינען און די חסידים וועלן זען דעם אויסגעבראכענעם פענסטער פונעם רב'ס הויז וועלן זיי נאטירליך ווערן זייער דערצארנט און גיין אויסשיסן די פענסטער פונעם אנדערן רבי'ן און ס'וועט אויסברעכן א שווערע מחלוקה צווישן די צוויי הויפן.

רבי שלמה'לע, זייענדיג אן אוהב שלום ורודף שלום האט דאס געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז, און דעריבער האט ער אויפגעוועקט דעם פענסטער פאררעכטער און פארמיטן א פרישן פייער פון מחלוקת באגלייט מיט א חילול ה' ביי כלל ישראל.

זינט דעמאלט איז דער באבובער רב געגאנגען צו יעדע שמחה וואס דער איד האט געמאכט, קומענדיג צו פארן אפילו אין די מרחקים און אפילו אין שווערע וועטערס, אזוי שטארק האט ער מכיר טובה געווען דעם איד פאר'ן אים העלפן פארמיידן א פייער פון מחלוקה.

איך מיין אז דאס איז דער בעסטער מעשה פון א צדיק וואס איך האב געקענט הערן די נאכט.

ק/פ

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר