מיין אומפארגעסליכע קאשמאר ר"ח אב שנת תשס"ד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

מיין אומפארגעסליכע קאשמאר ר"ח אב שנת תשס"ד

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

א גוט'ן חודש! דער עולם האט שוין גע'יעלה'ט און גע'יבוא'ט ב"ה, מוז איך אייך פארציילן מיין אומפארגעסליכע קאשמאר.

עס איז שוין עלעוו יאר זונט יענע איבערלעבעניש, גאלאנען וואסער זענען שוין געפלאסן אין אידישע וואנעס זונט דאן, ווען איך דערמאן זיך נאר דערפון קומט מיר ארויף דאס גאל, איך מיין אבער אז עס איז צייט אז איך זאל מיט טיילן מיטן ציבור מיין איבערלעבעניש וואס איך האב געהאט דעמאלדס.

מאנטאג פרשת דברים, ראש חודש אב תשס"ד: איך בין געקומען צו א באשלוס. היינט מאנטאג, (נאכן אפרעכטן אזאנע מצות ומעשים טובים נעכטן נאכט, שוין צופיל געזאגט.) גיי איך גיין דאווענען ווי א נארמאלע מענטש, צירוק גיין צו מיין אמאליגע 7:00 מנין, מיין באליבטע מנין ווי עס דאווענען דארט נארמאל געזעצטע בעלי בתים, ווי מער ווייניגער האט זיך יעדער א בערך'דיגער מקום קבוע, אין ביהמ"ד הערשט נאך דאן א רואיגע אטמאספערע, דער שטילקייט געוועלטיגט נאך אויפן מאפע, עס איז נאך איידער די פאריאגטע 'ראשאועער' גרייכט דאס ארט, איידער די כולל אינגעלייטלעך לויפן ווי די מוריטשקעס כאפן די כולל טשעק פונעם שטרענגן פרעזערוו ראמאפאו מארקער.

5:50 מיין זייגער קלינגט, נאכן צווייטן ידים ידי עשו אויפן סנאז באטען, צו איך מיר אויס ס'גלידער מיט א לאנגע קורצע קרעכטץ, איך קום ארויס פון בעט, איך טוה מיר אן, בראש מיינע ציינער און איך גיי אין ס'מדרש אריין, איך קום אריין אין ביהמ"ד, דאס קושען ליגט מיר נאך אויפן פנים, דאס גאנצע ס'מדרש איז אין א מצב פון שטיל-שא, אה, דער בריאה בתפארתה, דער שמש ביי זיין קליינטשיג פענסטערל איז מיר מקבל און גריסט מיר העפליך, אה, ....וואס אזוי פרי היינט?, דאס בעטל האט דיר ארויסגעווארפן?, ווי אין א רוטין קומען שוין די מידל עידזש פלאס אידן אפנעמען א גוט מארגן פונעם שמש, און מיטן זעלבען וויץ: די מקוה איז הייס? גוט מארגן אנע זארגן, די מקוה איז נאס? (כיכיכי, נאדיר א הויפן גרינע...)

איך גיי פראנויס צום קאווע שטיבעל, איך רעכט מיר אן א קאווע אה, א זיפ נאך א זיפ, אה לכבוד ראש חודש, אפליינענדיג די טעגליכע פאפירן (עס איז נאך געווען צו טרעפן, עס איז נאך איידער די צעיראם בחורים צוכאפן זיך איבער דאס הייפעלע פאפירן..), געקאווערט אלדסדינג ב"ה, בערקעוויטש מיט לעבעוויטש אין קאנטינענטעל, משה מאנדרויער'ס מיט פעקעטע אין בית (קבר) רחל.

איך מארשיר מיר צום בית הכבוד אפרעכטן דעם 'מעשה ידי טובעים'..פארשטייט זיך מיט די געווער אין האנט, א פאם קאפ וואסער, איך גיי תיכף צו צי מיין באליבטע שטיבעלע דארט נעבן די וואנט, נאכן טשעקן אינעם קעסטעלע אין עס געפונען לער פון די 'נויטיגע פאפירן' האב איך אין א געוואגטע אקציע אויסגעליידיגט דעם שכנ'ס באקסל, און זיך פלינק צירוק געקערט צום לעת מצוא, איי, ווילסטו וויסן פארוואס האב איך מיר פארליבט דייקא אינעם לעצטן בודקעלע, פשוט, ווייל די פאר יאר וואס איך ניץ שוין דעם שטיבעלע האב איך נאך אלטץ נישט אנגעיאגט צו אפליינען די שיין געמאלעוועטע ארטיסטישע ווענט, איך פערסענעל האלט אז אינזערע חרדישע אנ"ש ביהכ"ס פירקלער האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די ארטיסטישע פירקלערס אין ניו יארק סיטי..., צווישן די פולע האב איך שוין מפנח געווען די דאזיגע: זאלי ימ"ש, ווער ס'טראגט מיט די עירוב איז א מחלל שבת, צו זיין א שומר שבת רופט משמרת השבת...... 1718, משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], ציונים פוי (בערך הינדערט מאל), אקיצור יעדעס מאל לייז איך נאך א שורה'לע.

פארשטייט זיך דער טראדיציאנאלער טירן פאנטשער האב איך נישט פארפאסט, ווי דער יעניגער לויפט אטאמאטיש דורך אלע שטיבלעך אין פאנטשט אויף יעדע טירל רוטין מיט א שטארקייט , אזש די פומפדיתא איינוואוינער ערוועקן זיך פון די אויפטרייסלונג אינעם ביסקיסע באזע.

[ מיינע טינקעלע קאשמארן אין מקוה, האף איך צו מאכן א באזונדערע אשכול.]

6:20: איך לייג שוין צו דעם מקוה קארטל צום מאשינקע, מקיים צו זיין דעם "ושאבתם מעים", און ווי פארשטענדליך האב איך א וויידל אין די בעק, דער בחור'ל וואס ווארט שוין דא צען מינוט האט ענדליך געטראפן א רואיגע (?) אינגע טאטע וואס עס קען געלונגען זיך מיט צו כאפן, נאך א קורצע אבער שווערע אטעם בין איך אויף די אנדערע זייט, איך הייב אן נישטערן אין די הויפן האנטעכער, לייגענדיג די אויבערשטע אינטן און די אינטערשטע אויבן, וואס זאל איך אייך זאגן, רוב האנטעכער קוקען אויס ווי גערע תשמיש שמאטעס מיט לעכער פון אלע זייטן, אפשר מיטן חידוש פון לבוד האט עס א דין שלימה.

אקיצור איך טוה מיר אויס געשיקטערהייט די בגדים, צו מיינע אויערן דערגרייכן העפטיגע פלוישערייען, עס אטעמט פון א זאפטיגע דוסקוסיע, עס איז משמע אז די אלעקשענס זענען אויפן וואסער אויבערפלאך, איך זאג דיר בוש איז פארזיכערט מיט פלארידע, אבער קערי האט פענסילוועניע און ער האט אנפארטשענטלי אויך די דריטע "הוידע שטאט" אהייא שרייט א צווייטער, נאך א שנעלע שויער אנקומענדיג צום פרשת דרכים פאר די בורות, זע איך אז איך האב מיר נישט גענערט, יא ווירקליך, דער 'נאסער מגיד' זיצט אין הייסן בור אין מאנעוורירט די קופקע, (בעצם פאדערט עפעס באזונדער פארן נאסער-מגיד, אין קורצן: זייט די קול מבשר עפאכע האט ער פארלוירן זיין מיינונג, גראדע דרעזדנער האט איהם שוין געהאט עטליכע מאל אויפן ליין איבערצוגעבן אלטע היסטורישע געשעענישן, ער איז געווען פון די איינציגע וואס האבן געהערט די ראדיא, געברענגט האט ער די נייעס-פארשטייט זיך בתוספת נופך משלו.. און עולם גולם האט געגלייבט כנתינתו מסיני, היינט אבער, יעדער שמויגער קען די זעלבע נאך פלאפלען יוסי געשטעטנער מיטן פיסקעל קליפ, און אלע פאליטישע ווערטער טערמינען פון יצחק קלאר (המכונה באיי וועלט יואב בן צוריה) במילא איז ער אויס קוטשמע מאכער.

איך פרוביר עס צו מאכן שנעל, איך שטופ אין א זייט די הויפענעס בערד, א טיאכקע געטון און ארויס, איך הייב זיך אן ווישן מיט די האנטוך, עס איז געווען פאני אז די האנטוך ווערט נאסער און נאסער, איך אבער, בלייב נאך אלטץ נאס... איך האב על כרחי געמוזט מודה זיין אין נפלאות הבורא .

ארויסקומענדיג פון מקוה אזוי גלעטענדיג מיין פייכטן בארדע אויפן שפיץ מארדע, מיטן שיעפן הוט אינעם בארד שטייף שפיציג ווי א קאנאן, גיי איך צום סינק אפרעכטן א שנעלע כארכלעריי, און מסלק זיין די קליפות די שליים פון די אפגרינדן פונעם העלזעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער געוואגטער יונגעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר