רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל דא אויסשמועסען דער מעשה נורא וואס איז געשען יענער וואך אין א"י, ווען א איד א פרומע, א בוגר ישיבה און א שומר תורה ומצוות, האט געשטאכען זעקס מענטשען פאר זיין רעליגיעזער סבות, איינער פון זיי איז נעבעך געשטארבען, און א תווייטע איז נאך אין א קריטיש צושטאנד. דער מעשה איז פארשטייט זיך ברייט פארדאמט ביים ציבור, אבער אנדערע ווילען צושטעלען די מעשה צו מעשה'ס פון נ"ך, ווי טויטען איז געווען אן אפטער ערשיינונג פאר רעליגיעזער און פאליטישער סבות. מאנכע ווילען ברענגען א ראיה צו בארעכטיגען די מעשה, און אנדערע ווילען פארדאמען דער תורה אזוי ווי די היינטיגע מעשה.
אז מ'קוקט אן דאס אידישקייט אלס בלויז הלכה'דיג, קען מען נישט האבען קיין פאראיבעל אויף דער וואס נעמט א מעסער און שטעכט איינער וואס דער תורה הייסט ס'קומט איהם מיתה. און טאקע די טענה וואס מענטשען האבען יעצט איז א גרעסערע א ברייטערע, אן א.ג. השקפה'דיגע. 'אידען הרגנ'ען נישט'. און דאס איז טאקע ריכטיג אז מיר זיינען בהשקפה אן איידעלע פאלק און מ'דינט נישט דער טויט אזוי ווי די מוסלעמינער און די קריסטען אין זייער וועג. וכאן הבן שואל וואס איז מיט די חיובי מיתה פונ'ם תורה, וואס איז מיט אונזער היסטוריא?
די הלכות פון הרגנ'ען א מענטש זענען די ערשטע שליסלעך צו דערגייען דער ענין. ווען אן אייסי"ס מיטגעליד גייט אפהאקען דער קאפ פון א מענטש וואס גייט נישט אין שפאן מיט זייער רעליגיע האט עס טאקע אן אנדערע באדייט אין גאנצען. שטעלט'ס ענק פאר דער מציאות און דערמיט וועט מען זען דער אויסקומפף.
צוויי עדים קומען אין ב"ד און זאגען אויף פלוני אז ער האט גערייכערט א פאפיראס'ל אום שבת. ס'איז געשען מיט פופצען יאר פאר דעם, ווען ער איז געווען יונג און פארביטערט אויפ'ן סיסטעם און ער האט זיך געדרייט מיט אנדערע אזעלכע בחורים אין גאס, און ער האט דעמאלס גערייכערט שבת. היינו איז ער א באזעסענע מענטש, שוין צוריק אינגאנצען צו אידישקייט, ער העלפט אפילו אנדערע וואס גליטשען און לערנט א שיעור יעדען טאג און ערציט זיין קינדער לתורה ולתעודה. אבער דער תורה פאדערט זיינס, און די עדים ווערען אויסגעפארשט כדין, מיט אלע שאלות און פארשונגען און למעשה קומט ארויס א הילכיגע קול 'איש פלוני אתה חייב'. ס'העלפט נישט קיין פודנו ומצילנו, ער האט שוין תשובה געטוהן, ער איז היינט א צדיק, די בזיונות פון די קינדער. אלע טענות זענען כלא, ווייל אזוי שטייט אין תורה. א מענטש וואס איז דערגאנגען אזא שרעקליכע זאך ווי רייכערין א פאפיראס'ל שבת מוז מען טויטען.
דער איד וויינט זיך אויס א ווידוי, ער געזעגענט זיך פון די משפחה, ער פארטיילט זיין נכסים, און ער גייט צום שלאגפלאץ. הוא פורש ובוכה והם פורשים ובוכים, אבער דער תורה איז דער תורה.
ווען א מענטש זעט צו אזא מעשה, פארשטייט ער ערשט די נויטיגקייט פון היטען תורה און נישט זינדיגען, מ'האט ריכטיג מקיים געווען א 'ובערת הרע מקרבך', דער מענטשהייט ווערט דערהויבען פון וויסען אז דער אויבישטער מיט זיין תורה פיהרט דער וועלט, און מ'קען זיך בשום פנים ואופן נישט אויסדרייען פון די פאקט.
אבער מיט די מעשים פון אייסי"ס, און א היינטיגע מערדער 'משלנו', איז דער גאנצער זאך עפעס אנדעריש. טאקע דאס וואס יעדער רעכט-דענקיגער מענטש עקעלט זיך פון די מעשה'ס איז דער עומק הענין פארוואס ס'איז אזוי געפערליך. דא איז נישט געווען קיין העמדת הדת על תלה, נישט קיין ובערת הרע מקרבך, נישט קיין מקנא קנאת ה' צב-אות, נאר בלויז בלוט – דארשט און שלעכט'ס. טאקע דער געפיל איז דער מציאות, און וועגען דעם פארדאמט מען דער מענטש און אלס וואס ער רעפרעזענטירט. און וועגען דעם פאסט נישט קיין חיוב מיתה אן א ב"ד אין לשכת הגזית, אן די גאנצע אויפבוי פון א אידישע יוסטיץ ווערטשאפט פאסט נישט סתם צו הרגנ'ען מענטשען וועגען זייער מעשים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר