וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

שליחה דורך אבטולמוס »

דר. אליווער סאקס איז א 82-יעריגער וויסנשאפטלער און ניוראלאג וועלכער איז וועלט-בארימט פאר זיינע חידושים אויף דעם מוח, און זיינע פאפולערע ביכער, אריינגערעכנט "דער מאן וועלכער האט געזען זיין פרוי ווי א הוט."

סאקס איז פאראיאר דיאגנאזירט געווארן מיט פארשפרייטער קענסער און האט זינט דאן שוין עטליכע מאל געשריבן איבער זיין בעפארשטייענדן טויט.

אין א פרישן ארטיקל, וויקלט סאקס אויף זיין אידישע היסטאריע, אויפוואקסנדיג אין לאנדאן אין א גרויסער ארטאדאקסישער משפחה. ער דערציילט ווי ער האט פארלוירן זיין טעם אין אידישקייט נאכדעם וואס ער האט אנפארטרויעט זיין טאטן אז ער האט ליב מענער, און זיין מאמע האט אים פארשריגן אז ער איז "תועבה".

אין די 1990-יארן האט סאקס זיך באקענט מיט זיין קאזין ישראל אומן, א פרומער מאטעמאטיקער פון ישראל, און יענער האט צו אים גערעדט איבער דער שיינקייט פון שבת. ווען אומן האט אין 2004 געוואונען דעם נאבעל פרייז אויף עקאנאמיק, האט ער געזאגט פאר סאקס אז אויב וואלט ער געדארפט פארן אום שבת צו באקומען דעם פרייז, וואלט ער מוותר געווען אויפ'ן פרייז. די נאבעל קאמיטע האט טאקע שווער געארבעט צוצושטעלן אלע רעליגיעזע געברויכן פאר אומן און זיין פאמיליע.

ווען סאקס האט לעצטנס זיך באטייליגט ביי א שבת סעודה, האט דער גייסט פון דעם שבת אויפגעפלאמט אין זיין געוויסן. ער שרייבט:

The peace of the Sabbath, of a stopped world, a time outside time, was palpable, infused everything, and I found myself drenched with a wistfulness, something akin to nostalgia, wondering what if: What if A and B and C had been different? What sort of person might I have been? What sort of a life might I have lived?

און יעצט, ליגנדיג אויפ'ן טויט-בעט, שוועבט דער גרויסער וויסנשאפטלער אין די זכרונות פון זיין רייכן לעבן, און ער שרייבט:

And now, weak, short of breath, my once-firm muscles melted away by cancer, I find my thoughts, increasingly, not on the supernatural or spiritual, but on what is meant by living a good and worthwhile life — achieving a sense of peace within oneself. I find my thoughts drifting to the Sabbath, the day of rest, the seventh day of the week, and perhaps the seventh day of one’s life as well, when one can feel that one’s work is done, and one may, in good conscience, rest.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר