איד איד וואו איז דיין שאמפא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

איד איד וואו איז דיין שאמפא?

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מעשה שהיה כך היה, אין איינער א נאכט צוקלינגט זיך ביי מיר דער טעלעפאן. אויף דער אנדערע זייט טרייבל הער איך די שטימע פון מיין מאמע תחי', זי וויל איך זאל זאפארט אריבערקומען צו איר, זי האט א גאר אנגעבליך-וויכטיגע זאך צו דיסקוטירן מיט מיר. אין איר שטימע טראגט זיך עפעס א געמיש פון היסטעריע, צווייפלונג, צעבראכנקייט און דעפרעסיע — א שטייגער ווי דער קול חוצב להבות אש זאל זיך ווען צוזאמגעשטויסן מיט דעם קול דממה דקה, און אינאיינעם זאלן זיי שאפן דעם קול נהי ובכי מציון.

"נו, לאמיר רעדן אויפ'ן טעלעפאן," רעאגיר איך טרוקן, "ס'שטייט דאך 'לא ניתנה טלפון לישראל אלא למעט הליכה מיותרת ברחובות ובשווקים'" . זי האט אבער פון אזא געדאנק בשו"א געוואלט הערן, "איך ברויך זייער נייטיג רעדן מיט דיר פנים אל פנים."

איך קלער צו מיר ווער ווייסט וואס ס'גייט דא פאר. אפשר איז איר חלילה באפאלן יענע מעשה און זי האט חשק אז איך זאל ארויסהעלפן מיט'ן שרייבן איר צוואה; אפשר גאר גרייט מען זיך צו באשטעטיגן דעם אלטן חשד אז איך בין נישט-מער-און-נישט-ווייניגער נאר אן אדאפטירט קינד. מיין עכטער טאטע איז גאר א גוי פון די שבעה עממין; מיין מאמע — א שפחה חרופה, און איך זעלבסט ווידער בין א חצי עבד וחצי בן חורין רח"ל. איך טו אן מיין הוט און רעקל מיט אזא מחשבה'לע האלב דערפרייענד האלב צעשאקעלט, אפשר איז יעצט טאקע דאס סאמע לעצטע מאל וואס איך גיי אין דער דאזיגער טראגע, אהיים מן הסתם וועל איך שוין קומען אין בלויע קליידער מיט א חותם של עבד אויפ'ן ארעם.

א קיצור, חלומות אין א זייט געלייגט, אדער ווער ווייסט, אפשר וועט דאס קומען אין דעם קומענדיגן מאל. ווי נאר איך טרעט איבער דעם שוועל ביי מיין מאמע'ן אין שטוב, באווייזט זיך צו מיר א מחזה וואס שווינדלט מיך נאך יעצט פאר די אויגן. מיין מאמע זיצט מיט א תהילימ'ל אין האנט און יאמערט מיט אזאנע בכיות וואס זאל ווען נאר רחל אמנו לאזן צו די הימלען אזא געוויין וואלט די גאולה ארומגעטאנצן צווישן אונז שוין פאר א לאנגער צייט צוריק און נבוזרדן הרשע וואלט לכאורה קיינמאל געבוירן געווארן — זיין מאמע וואלט אים מפיל געווען אינעם דריטן חודש דורך ווערן א סנדל פון א פרישן עיבור.

מיין פאטער, דער קאלטער אויפגעקלערטער, ער זיצט אין א זייט העכסט-אומבאקוועם. ס'קומט מיר פאר ווי די מאמע האט אים רעכט מאניפולירט מיט שיינדל ליעווע'ס מאניפולאציעס צו זיצן ביי דער מיטינג.

מיין מוח ארבעט פיבערהאפטיג, ווי אלע סימנים צייגן האט זי ווארשיינדליך מיך געכאפט ביי עפעס אן עבירה און אט קומט א פארציע מוסר. "וואס איז שוין ווייטער? מיט וואס האט זי מיר געכאפט יעצט?" כל מעשי נעברין לפני כבני מרון וכולם צחים כשלג ולבנים כלובן ביצה.

לאנגע מינוטן גייען פארביי, און ענדליך, די מאמע נעמט דאס ווארט און מיט א קול וואס שטיקט פרעגט זי: "זאג נאר בנימין, די שניידסט זיך די בארד ???"

איך אטעם אפ! ב"ה, זי גייט נישט שטארבן; איך בין נישט קיין חצי עבד און מיין מאמע איז נישט קיין שפחה חרופה. בסך הכל רעדט מען דא פון א בארד וואס אולי שניידט מען איר יא אולי שניידט מען איר נישט. קיין הוכה חותכת און א ראי' ברורה איז נישט פארהאן, בסך הכל יש רגלים לדבר — עפעס ווי רוק למעלה מן הכילה און מנעלים הפוכים תחת המטה.

זי נעמט זיך רעדן, א גאנצע דרשה מיט וואס איך וועל אייך דעם לייענער נישט באלעסטיגן. אזויפיל אבער וועל איך מיט אייך יא מיטטיילן.
יעדעס איינציג וואפן פונעם אידישער-מאמע-ארסענאל האט זי ארויסגעשלעפט און איינגעשפאנט צו דער דאזיגער מיסיע, אלע מעטאדן וואס אידישע מאמעס האבן פון דורי דורות עוועלוציע אנגעזאמעלט כדי צו קענען קאנטראלירן זייערע קינדער אז זיי זאלן גיין אין שפאן, שאפן נחת און נישט אנזייען בזיונות — אלץ און אלעמען האט זי גענוצט. ערשט האט זי געסטראשעט און געווארענט מיט'ן עולם הזה און עולם הבא, ברכות, קללות, הר גריזים און הר עיבל, ערשט דערנאך האט זי ארויסגעשלעפט דעם גילט קארד — זי האט אפילו גענוצט די אלטע קלישע אז אט אט גייט זי כאפן א הארץ אטאקע.

נאך דער גאנצער דרשה זאג איך צו איר, "א מינוטקעלע נאר, ס'פאנגט זיך נישט אן. איך שנייד נישט און איך טאטש נישט, בסך הכל איז דאס מיין שעמפא! אזוי ווי איר הערט! דאס שעמפא וואס איך נוץ קעגן מיין דענד-דראווס, אט דאס איז ס'משחית וואס פירט דערצו אז מיין האר זאל ארויספאלן און דערפאר קוקט עס אויס ווי איך זאל איר ווען האבן געשניטן. (איי פארוואס נאר די לאנגע האר פאלן ארויס און נישט די קורצע? שוין, א קשיא אויף'ן שעמפא).

כאטש איר שטערבליך-עלול'דיגער צער האב איך אפשר באוויזן צו אראפרוקן עטליכע גראדן, די שווערד איז צוריק אריין אין האלטער און די קללות האבן אלע ווי אריינגעשטעקט זייערע קעפ צוריק אין די געדיכטענישן פונעם הר עיבל, איז די מאמע פארט נאכנישט געווען פולקאם באפרידיגט. "משום מראית עין וואלסטו דעם שאמפא געמעגט טוישן", זאגט זי מיט א מער ניכטערע רוגזה בשעת וואס דאס אנדער שטארק-פאפיולערע וואפן קומט צו קריכן, "און וועגן שידוכים שטייצעך..."

ויהי אחר הדברים האלה, אין ויהי אלא לשון צער. ס'באגלייט מיך ארויס מיין טאטע — עפעס באדערט אים. איך וויל מקדים זיין אז מיין טאטע, מיט דער גאנצער אויפגעקלערטקייט זיינער, רירט ער נישט צו זיין בארד, הגם ס'גייט פון זיין קין א זקן אהרן וואס איז יורד על פי מידותיו. (אמת, ער קנאבלט איר טאקע אריין, אבער ווער זאגט אבער אז אהרן האט נישט געקנאבלט). א קיצור, כ'פרעג דעם טאט'ן וואס איז דאס וואס באדערט אים אזוי. אייסערט זיך דער טאטע צו וואס האט געברויכט נעמען פופציג יאר ער זאל זיך דערוויסן פון אזא ווינדערליכער סארט שעמפא. פופציג יאר פון אריינקנאבלען די בארד יעדן אינדערפרי, נאכן אויפשטיין, נאך דער מקוה, נאך א ווינט און נאך א רעגן! און דאס אלעס וואלט ער געקענט איינשפארן מיט פשוטע שעמפא!

"תנוח דעתך טאטע", זאג איך אים. "דאס יעניגע שעמפא געפינט זיך נאך נישט דערווייל אויף דעם מארקעט. וואס ס'איז אבער יא פארהאן איז א כלי וואס רופט זיך 'שערל בלע"ז' — א געצייג וואס מען האט ערצייגט שוין מיט עטליכע אין טויזנט יאר צוריק, עפעס פון וואס גאר א סך ערליכע אידן האבן דערפון געמאכט נוצן."
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר