"דו" "ביסט" "יא"!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

"דו" "ביסט" "יא"!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעדער פון אונז ווייסט כאטש פון איינעם וואס איז בא'עול'ט געווארן דורך זיינע עלטערן מיט די שידוך וואס זיי האבן אים איינגעשפארט. כאטש ס'איז שווער צו באשולדיגן די עלטערן, וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל גלוי וידוע אז עלטערן מיינען נאר גוטס, נאר מתוקף הגלות, די גלות פון איד X וואס טוט אלץ צו געפעלן פאר איד Y וואס טוט אלץ צו געפעלן פאר איד X וחוזר חלילה, הוא בעוכרינו ה"י. און צווייטענס, אז אונז פלאנען נישט צו טוהן עפעס בעסער פאר אונזערע קינדער, וואס'זשע ווילסטו פון דיינע עלטערן.

ווי אותו מעשה שהיה, א זוהן, אליינס א טאטע פון קינדער, האט געקלאגט זיין טאטע אין געריכט פארוואס ער האט אים געבוירן! – דער שופט האט דן געווען למיתה דעם זוהן און נישט די טאטע. ונימוקו עמו: די טאטע האט געמעגט האבן קינדער, ווייל ער האלט אז ס'איז גוט אזוי, והראיה, ער אליינס האט נישט קיין טענות אויף זיין טאטע, אבער דו, דו האלסט דאך אז ס'איז אן עולה, וויאזוי האסטו געמעגט האבן קינדער?

א דריטע סיבה איז גילטיג אין געוויסע פעלער, ס'פארהאנען פסיכאלאגישע מחלות וואס קלאפן אויס דוקא בין איש לאשתו, און נישט בין אשה להוריה וחברותיה, ממילא איז כמעט אוממעגליך געווען פאר א פשוטע מענטש צו וויסן וואס גייט אלץ אויסקלאפן נאך דעם יום אפריון. און צומאל, ביז מ'כאפט דעם מחלה ביים נאמען איז שוין דא דורות ישרים ומבורכים...

צוריק צום ענין. ס'איז מיר שוין אויסגעקומען צו רעדן פנים אל פנים מיט אינגעלייט וואס האבן פעסער טרערן באהאלטען אונטערן אויגן. איך רעדט פון פעלער וואס א "גט" איז נישט דאס בעסטע וועג ארויס. ס'זאגט זיך גרינג: גט זיך! אבער צווישען די פעלער וואו איך בין גערופן געווארן פאר הילף זענען געווען אזעלכע וואס א גט וואלט געמיינט אז די קינדער ווערן קאלעכיגע יתומים, פון טאטען און פון מאמען.

איין באשעפער ווייסט וואס גייט פאר, און וויפיל חיזוק מ'פראבירט צו געבן פאר די אינגעלייט איז נישט גענוג. וויבאלד ס'איז דאך א בושה אז מ'איז אריינגעפאלען, מאכט זיך נישט קיין שבתון'ס און גרילל'ס, ממילא עסט מען זיך דאס געזונט.

ממש לעצטענס איז א באקאנטע מיינע אוועקגעפאלן – הצלה האט באשטעטיגט אז דאס איז א קליינע הארץ אטאקעלע. זיין נערווען קראנקע פרוי, האט גוט געוואוסט אז בשלה הצרה הזאת, אזוי ווייט האט זי געפילט גילטי, אז זי האט זיך נישט געקענט זעהן גיין באזוכן איר מאן אין שפיטאל די ערשטע פאר טעג...

פארוואס דער אינגערמאן איז בכלל אהיים געגאנגען? א גוטע קשיא. ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

בכל אופן, איינע פון די חיזוק-מעטאדן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין תועלת'דיג – כאטש מ'דארף דאס נאכאנאנד אויפפרישען, איז, אז דער מענטש דארף זיין אביסל selfish – ער דארף לעבן מיט א "בשבילי נברא העולם". געווענליך ווערן שלום בית וויקטים'ס צושאסען און צוקלאפט ביי זיך, זיי זעען "זיך" פאר א דורכפאל, צומאל קענען זיי זיך זעלבסט באשולדיגן ווי כאילו ווען זיי וואלטן ווען געטוהן עפעס אביסל פריער, אדער אויב זיי וואלטן ווען געטוהן אזוי צו אזוי, וואלט געווען בעסער.

זיי קוקן אן חברים וואס האבן יא שלום בית, ווי ס'וואלט ווען געווען בלויז די קרעדיט פאר די חברים, וואס טויגן צו אויספארעמען זייערע ווייבער לויט זייער באגער – ס'אמת אז ס'דא אזא זאך, אבער ס'אויך נאר שייך ווען די בת זוג איז א "יש". און דאס צוקלאפט זיי מער און מער, ביז זיי ווערן טיף דיפרעסט, אויף אזוי ווייט – פארציילט מיר א וויקטים, וואס קען הערליך חזנ'עצען, אז זיי צוקלאפקייט איז אזוי גרויס, אז ער האט אויפגעהערט צו גלייבן אז ער קען באמת דאווענען שיין, און ער מיינט אז אלע וואס קאמפלימענטירען אים מיינען חוזק צו מאכן.

ס'ממש א שאד אז גוטע פיינע און אפילו קלוגע מענטשן, ווערן צוקלאפט און דיפרעסט, אלץ וועגן זיי רעדן זיך איין אז "זיי זעלבסט" זענען די דורכפאל, ווען אין תוך זענען זיי גארנישט שולדיג, און זיי בלייבן ווייטער – קיין חילוק ווי משוגע זייער בני בית איז – גוט פיין און קלוג, באליבט און וויכטיג.

וועגן דעם איז זייער וויכטיג, א מענטש זאל זיך קוקן אין שפיגעל און זאגן: איך, לייבוש בן אריה, בין א נארמאלע מענטש, איך בין געלונגען אין הינזיכט פון שרייבן, זינגען, רעדן, לערנען, איך בין ווערד געלט, מיין ביזנעס איז סוקסעספעל א דאנק מיין ארבעט, איך האב חברים, און חברים האבן מיך יא ליב, איך בין א גוטע טאטע צו מיינע קינדער, און א געטרייע זוהן צו מיינע עלטערן, מיינע קינדער האבן מיר ליב, און איך האב זיי ליב, איך בין ווערד פאר מיין משפחה, חברים, און קהילה, גארנישט איז שלעכט מיט מיר, איך האב גוטע מדות, איך בין שטאלץ מיט מיר!

געשריבן מיט טרערן אין אויגן לכבודו פון א חשובע ניק וואס האט פארלאזט טרערן אויף מיין שויס פארגאנגענעם ליל שישי.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר