אפגעטון גאנץ ווארשע!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אפגעטון גאנץ ווארשע!

שליחה דורך רימון »

דאס סאציאלע לעבן טראגט מיט זיך אן אינטערסאנטן פארדאקס, אין דער צייט וואס זי שטעלט צו א ווארט פאר די ניין-און-ניינציג און יעדער הומאנישער באשעפעניש קריגט דעם זעלבן גלייכטבארעכטיגקייט, זיינע קאמענטארן טראגן דעם זעלבן געוויכט ווי דער סאמע עליטער דענקער, און עס איז יעדער א מחותן-קוטשיק אינעם סאציאלן באבל פאר זיין בענעפיט, קומט עס אבער אן קיין שום אחריות אדער עול, און ווען אן אקט פון שלעכטס פאסירט נעמט קיינער קיין פאראנטווארטליכקייט דערויף און בליץ שנעל דרייט מען זיך אויס דעם רוקן כאילו איך בין נישט קיין טייל פון אט דער געזעלשאפט.
דער בשותפות'דיגער טאפ גיט די מעגליכקייט עס זאל דינען נאר צו מיין אינטערעסע אבער אן קיין געוויסנביסן און פאראנטווארטליכקייט, און ווען אן אומבארעכט ווערט געטון בין איך בכלל נישט טייל פון דער דילעמע, עס האט זאגאר בכלל נישט פאסירט אין מיין וועלט, ווארום איך האב מיך קיינמאל נישט רעגיסטרירט אלס מעמבער אין דעם קלאב, און אז יעדער שווייגט בין איך אויטאמאטיש טייל פון דער סטאדע און איך שווייג אויך.

מיינע ווערטער באציען זיך הויפטזעכליך צו דער קורצער און צייטווייליגער שטורעם איבער דעם התאחדות אברכים פארום פון אייוועלט, וועלכע איז זיך בליץ שנעל פארגאנגען ווי אין ים אריין. די וואסער-בלעזעלעך האבן געקראכט איינער נאכ'ן אנדערן, און פון דער מכלומר'שטער סקאנדאל איז גארנישט פארבליבן.
אין אן איראניע איז די רעפוטאציע פון אייוועלט געראטעוועט געווארן נישט דורך זיי זעלבסט. די שרייבער און אחראים פון אייוועלט האבן זיך נישט געקענט דערויף קימערן, ווייל אפילו אין צייט פון קריזיס, ווען די גאנצע טראסט, עתיד און רעפוטאציע, איז אויף דער ליניע, קומט נישט אין באטראכט פון פארציכטן אויף דער שטינק-נישט-שמעק-נישט-זע-נישט-הער-נישט מענטאליטעט. די סאמע פונדאמענט פון אייוועלטס עקזיסטענץ צו לאזן דעם קאפ איינגעשטעקט אין זאמד קען נישט גערירט ווערן אין קיין שום פאל, און זאלן זיך הימל און ערד צוזאמקומען.
דער גנב איז גאר געקומען צו לויפן פון דער תלי', און דער שלייער איבער דעם סאבאטאזש אקט איז אויפגעדעקט געווארן דורך נישט קיין אנדערער ווי דעת תורה פון קאווע שטיבל.

די געמיטער האבן זיך בארואיגט, דער כבוד פון די באטראפנדע זענען שנעל צוריקגעשטעלט געווארן אויפ'ן פאסיגן ארט, אבער וואס עס וואלט זיך יעצט פארלאנגט איז א ביטערע פארדאמונג פון שארפסטן סארט, אויף דעם פארדריסליכן אקט פון דעם אומאידענטיפיצירטן פאטאשאפ-זשעני.
אזא שטיקל דארף לדעתי פארדאמט ווערן מיט'ן ערגסטן, אבער למעשה האב איך נישט געזען קיינעם אויסדרוקן קיין אויפברויז דערויף. ווי ס'שיינט איז די פערזענליכע הנאה פון א געלונגענעם שטיקל משחד דעם מענטש און שטילט איין אפילו ער רעכנט עס פאר אן עוולה.

וואלט ווען טאקע עקזיסטירט א התאחדות אברכים וואו מ'רעדט צוזאם כל מיני נבלה וואלט נאך אלץ געבליבן אפן צו דעבאטירן אויב עס איז עטיש צו פארשפרייטן סקרינשאטס דערפון פאר דער עפנטליכקייט. איך וואלט געצויגן א שטריך צו דער געשיכטע פון "עדווארד סנאודען", וועלכע איז ביז היינט אפן פאר דעבאטע. פון איין זייט איז עס אומעטיש צו אויפדעקן די פריוואטעטן פון סיי וועמען, און פון דער אנדערער זייט אבער וואלט געווען א מצוה אויפצושלייערן דעם הייליגן מאנטל וועלכע די זעלביגע נוצן צו טרעטן אויף סיי וועמען און באגרעניצן די עלעמענטארע רעכטן וואס וואלט זיך געקומען פאר אירע מיטגלידער.

אבער אז די געשיכטע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט אמת, זענען די סקרינשאטס אן אומפארשעמטן אקט פון שלעכטס און א פערזענליכע אטאקע פון הוצאת שם רע אויף די באטרעפנדע, נאך פון ערגסטן פארנעם, זינט זי איז פארשפרייט געווארן איבער אלע סארטן סאציאלע קאנאלן.
צו זיין א פאפולערער שרייבער אויף אייוועלט קומט אויטאמאטיש מיט א פרייז אז דיין אידענטיטעט זאל זיין הפקר פעטרישקע און אפן פאר אלעמען, און דעריבער זענען די אידענטיטען פון גרויס טייל פון די באטראפנדע בכלל נישט קיין סוד. אין פאקט איז אייוועלט אינפעסטרירט מיט גילוי, און עס איז כמעט נישטא קיין באקאנטער שרייבער דארט וואס מיט מינימאלער אנשטרענגונג זאל מען זיך נישט קענען דערוויסן וווער דאס איז.
דאס איז א טייל פון דעם כאראקטער פון דעם וועב-זייטל, סיי צוליב וואס עס איז נישטא מיט וואס זיך צו באהאלטן און אלעס איז בלויז א קאנפארמאציע איבער וואס מ'שמועסט אין מקוה אדער גאר דאס אנשטעלעניש פון א פרומערן געזיכט ווי דאס ווירקליכן געדאנקענגאנג אין פערזענליכן לעבן; אויך זענען די מנהלים און אחראים אסאך שולדיג דערין בשעת וואס זיי אליין טרעטן אויף די פרינציפן פון גילוי אין די באהאלטענע קארידארן, אויף א סיסטעמאטישן פארנעם, און פון די העכסטע רייען כאפט זיך עס זייער שנעל אריבער צום דלת העם. אבער ווי עס שיינט איז דער אידענטיטעט א מינימאלע פרייז וואס מ'איז גרייט צו צאלן פאר דעם לוין פון אנערקענונג און כבוד.
דאס ברענגט צו דער פשוטע'ר אנערקענונג אז א שמוץ-אטאקע אויף אייוועלט-ניקים איז איז נישט קיין אטאקע אויף אנאנימע אינטערנעט באנוצער, נאר אויף באקאנטע פערזענליכקייטן, אין טייל אישי ציבור, מ'שטיינס געזאגט אנשים מכובדים, וואס קען באשמירן זייער נאמען און אויף אן אמת שעדיגן א מענטשנ'ס רעפוטאציע. און דאס איז א פארברעך, אן עוון בל יכופר פון ערשטן גראד.
אפילו לאמיר איינזעצן אז דער פאטאשאפ זשעני איז אמאל אפגעבריעט געווארן אויף אייוועלט, און מ'האט אים דארט ענג געמאכט צו געמעקט שלא ביושר, האט ער אלע רעכטן צו בלאזן און האבן תרעומות, אבער נעמען די ווייטאג ביז הוצאות שם רע איז א פארשעמטע באצאלונג ארויס פון פראפארציע.

וואס דער פאטאשאפ-זשעני האט אבער נישט גענומען אין באטראכט איז, אז אן אטאקע אויף דער רעפוטאציע פון אייוועלט איז באמת אן אטאקע אויף אלעמען, און ווי געשאסן א קויל אין די אייגענע פיס. ווארום די ווירטואלע חרדישע געזעלשאפט ווערט מיינסטנס נישט אנערקענט, די פאזיטיווע סאציאלע געזעלשאפט וואס דער אינטערנעט שטעלט צו טיילט מיט דעם זעלבן גורל ווי אינטערנעט בכלל. אין דער צייט וואס מיר מוטשען זיך מיט אזעלכע עקסטרעמיסטן ווי ראבינאוויטש, וואס וויל אונז צוריקפירן אין מיטל אלטער מיט זיין וואנזיניגער מערכה, איז נישטא דעם פלאץ און שפאלט ארויסצואווייזן די שיינע זייט פונעם אינטערנעט.
אז קאווע שטיבל איז קאנטרעווערסיאל מיט איר העמק דבר און מיליטאנטישע פראוואקירנדע מענטאליטעט, איז אייוועלט געווען דער פנים פון חרדישן אינטערנעט, און האט געגעבן א שטיקל לעגיטימאציע פאר אינטערנעט און סאציאלע פארבינדונגען, דינענדיג ווי א ביישפיל אויף דער מעגליכער עקזיסטענץ פון אינטערנעט על טהרת הקודש, און אפילו געשלאגן ווארצלען פון הונטערן באוואוסטזיין אז דאס אינטערנעט קען אויך גענוצט ווערן פאר אויסגעהאלטענע פארוויילונג און נישט נאר דעם שטרענגען פרנסה-אויסרייד וואס איז נאך אלץ דער אנגענומענער מאטא זינט כינוס כלל ישראל.
פארשווארצן דעם פנים פון אייוועלט איז נישט גוט פאר אונז אלע און קען אונז נאר צוריקשטיפן צוריקוועגס, ווייל אויב אייוועלט איז נישט אייוועלט קריגט דער אינטערנעט א פרישן אפשיי פון וואס מיר קענען נאר ליידן.

מיר קענען נאר פארדינען פון א רעספעקטירן אייוועלט, און אן אטאקע אויף אייוועלט פארקלענערט אונזערע אויסזיכטן צו פארברייטערן און לעגיטימירן אונזער צוטריט צו דער אפענער וועלט, אזעלכע שריט טוען אונז נאר צוריקטרייבן צו דער קאמפארט זאנע פון די טארא בארע היילן, מיט אן אומפארגינערישקייט צו דעם יתרון האור מן החושך.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר