תשע''ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

תשע''ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל,

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

מנהג ישראל תורה צו פייערען סוף יאר פארשידענע געשענעש פונעם יאר וואס זענען ווערט צו געדענקן, בימי אלול איז דאך וויכטיג מקפיד צו זיין אפילו אויף א מנהג קל, ממילא וועלן מיר נישט ח"ו נאכלאזן דערויף, און בפרט איך אלץ גבאי החודש פיל אביסל מער די אחריות אויף מיינע פלייצעס,

אראומע סוכות אויבגאבע
ממש אנפאנג יאר ווען די שופר שאלן האבן זיך קוים יעצט אינגעשטילט און ד כפרות שמעק איז נאך געווען אנוועזנד אין די גאסן איז שוין חבירנו היקר ה[tag]כוכב[/tag] הגדול געווען פארנימען מעורר זיין דעם ציבור וואס שטעלן מיר צו אויף יו"ט? און די נאכפאלגן זענען טאקע געווען געוואליג ווען בלויז עטליכע טעג שפעטער האט שוין כוכב אהערגעשטעלט הערליכע קיבוץ פון אשכולות ממיטב חכמי השטיבל

קאווע שטעטל
אונזער באליבט חבר [tag]שמעקעדיג[/tag] איז באקאנט מיט זיין ווייטאג פאר די אומצאליגע פראבלעמען וואס פלאגן אונזער ציבור דערפאר אנשטאט צו בלויז וויינען און קוועטשן האט ער לכבוד זיין צען טויזענסטע תגובה געטון למעשה און פרעזענטירט א מייסטער פלאן פאר א פראבלעמען פרייע קאווע שטעטל די איידיע האט געברענגט גרויס שמחה ביים עולם וישר [tag]כוכב[/tag] שמעקעדיגסוויל!

פראיעקט למעשה
קאווע שטבל אז באקאנט אלץ א פלאץ ווי עס גיסט זיך קריטיק אויפן סיסטעם ותחלאיה זאגט החכם מורנו [tag]אבטולמוס[/tag] מיט בלויז קריטיק וועלן מיר קין ערגעץ נישט אנקומען און צו טוישן דעם גאנצן סיסטעם איז דא שוואכע טשאנסן דערפאר האט ער פראקלאמירט דעם פראיעקט למעשה מען זאל אויסארבעטן א מהלך פאר יעדען יחיד וואס ער זאל טוען למעשה, די פראיעקט האלט נאך אינדערמיטן אבער עס האט שוין פראדוצירט עטליכע וויכטיגע העלפפול אשכולות

שושנים פאעזיע פארמעסט
אויב האט מען געמיינט אז אראומע איז א איינמאליגע זאך האט [tag]כוכב[/tag] אינפארמירט דעם עולם אז ער איז ערנסט דערביי און איינגעלאדענט דעם עולם צו א פאעזיע פאמעסט לכבוד חנוכה, די פארמעסט האט געשאקלט קאווע שטיבל ארינגעברנגט נייע שרייבער און אויפגעוועקט אלטע לייבן, און געברענגט רעקארד צאל באזוכער, און טאקע פראדוצירט הערליכע מיססטערהאפטיגע פאעמעס,

שלום בערגער סקאנדאל
ווען די שושנים שטורעם האט זיך שוין געהאלטן בים אינשטילן, די געווינער האבן שוין געווינען און באקומען זייער פארדינטע באלוין האט דער יידשיסטישע שריבער און פאעט [tag]שלום בערגער[/tag] אפגעשריבן א ארטיקל אין די פארווערטס מיינע צוויי פרוטות וועגן קאווע שטיבל פאעזיע פארמעסט ווי ער האט שטארק קריטיקירט די קוואליטעט פון די שושנים פאעזיעס, א פייער שטורעם איז אנטשטאנען און החכם [tag]יאיר[/tag] אלץ איינע פון די מלכי הפאעזיע אין שטיבל האט דעבאטירט און באזינגען די סומאטוכע,

גילו
א גרויסע אור האט אויפגעלאכטן אין שטיבל ווען מורנו הרב [tag]לעיקוואד[/tag] האט אראפגעווארפן פון זיך דעם ניק שלייער, און די כתבא רבה [tag]מאראנצן זאפט[/tag] האט אוסגעשריגען כ ביצחק יקרא
דאס האט נאכגעברענגט מיט זיך א ווילדע דעבאטע צו עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע מאדערעיטעד דורך [tag]הוגה[/tag],

[tag]גנד[/tag] געיט
אקעי עס כאפט מיר טשלס ווען איך דערמאן זיך פון די אומגעלונגענע אפריל פולס וויץ, אנגעהויבן האט זך עס ווען [tag]אסף המזכיר[/tag] האט פארשפארט [tag]גנדי[/tag]'ס אשכול הצעות פאר נייע תקנות פאר די מוסדות און [tag]המלוכה והממשלה[/tag] האט געלאזט הערן א שארפע מחאה אייוועלט עליך קאווע שטיבל און אסף האט ווייטער געשפינט די וויץ מיט א קלארשטעלונג וועגן א נייע גייסט אין קאווע שטיבל און עס האט זיך געטון אויף טישן און בענק, [tag]לעיקוואד[/tag] האט קלארגעשטעלט די נייע תקנות פאר קאווע שטיבל, ביז די מצב איז געווארן סכנותדיג און די הנהלה האט ערקלערט אז די גאנצע זאך איז א וויץ

פה-סח פסח אויסגאבע
דער ציבור איז שוין געווארן ציגעוואוינט צו עקספעקטן פון [tag]כוכב[/tag] עפעס גוטס פאר יו"ט, און ער האט טאקע נישט אנטוישט, און פרעזענטירט א מייסטערהאפטיגע אויסגאבע אונטערו נאמען פה-סח

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר